מאָנטיק אין אָוונט, דעם 22סטן דעצעמבער, האָט עמעצער דורכגעשאָסן אַ פֿענצטער פֿונעם ביוראָ בײַ אַ פּאַריזער שיל מיט אַ לופֿט־פּיסטויל. די שיל „דוד בן ישי‟ געפֿינט זיך אין בעלוויל, אַ קוואַרטאַל אינעם צפֿון־מיזרחדיקן טייל פֿון דער פּאַריזער הויפּטשטאָט. בעת דעם אינצידענט, האָבן זיך אינעם ביוראָ געפֿונען דער רבֿ און זײַן געהילף.
די וועבזײַט JSSNews האָט איבערגעגעבן, אַז די פֿראַנצויזישע פּאָליציי זוכט אויס צוויי פֿאַרדעכטיקטע, וואָס האָבן זיך געפֿונען לעבן דעם בנין מיט 10 מינוט פֿאַרן אַטאַק. די רעקאָרדירונגען פֿון די זיכערהייט־קאַמערעס דערמעגלעכן נישט אויסצוקלאָרן די פּרטים פֿונעם געשעעניש. עס בלײַבט אויך נישט קלאָר, צי די פֿאַרברעכטער האָבן אַרויסגעשאָסן פֿון דער גאַס, אָדער פֿון אַ שכנישן בנין.
דער „ביוראָ פֿון נאַציאָנאַלן אויפֿזיכט איבער אַנטיסעמיטיזם‟ (BNVCA) האָט פֿאַרדאַמט די שיסער און געשילדערט דעם אינצידענט ווי אַן „אַנטיסעמיטישער אָנפֿאַל אויף אַ פּאַריזער אָרט פֿון גאָטסדינסט‟. די אָרגאַניזאַציע האָט גערופֿן די פֿראַנצויזן „צו טאָן אַלץ, וואָס איז מעגלעך, כּדי צו אידענטיפֿיצירן און פֿאַרהערן די אַנטי־ייִדישע פֿאַרברעכער‟.
דעם זעלבן טאָג, האָט אַ שאָפֿער זיך אַרײַנגעקראַכט זײַן אויטאָ אין אַ גרופּע פֿאַרבײַגייער, שרײַענדיק אַן איסלאַמיסטישן לאָזונג. דער אינצידענט איז פֿאָרגעקומען אינעם מערבֿדיקן ראַיאָן פֿון פֿראַנקרײַך. מיט אַ טאָג פֿריִער, איז אַן ענלעכע מעשׂה געשען אינעם מיזרחדיקן טייל פֿונעם לאַנד. אַ שאָפֿער איז אַרײַנגעפֿאָרן אינמיטן אַ ניטל־מאַרק און אויסגעשריגן, אַז ער טוט עס „לשם די פּאַלעסטינער קינדער‟. צוויי מענטשן האָבן געליטן פֿון ערנסטע וווּנדן.
BNVCA האַלט, אַז אַזעלכע אָנפֿאַלן זענען קרומע אויסדרוקן פֿון פּראָ־פּאַלעסטינער שטימונגען און ווילדן אַנטי־ציוניזם. די אָרגאַניזאַציע האָט געבעטן די שילן און אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס צו פֿאַרשטאַרקן זייערע זיכערהייט־מיטלען.