מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָט די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ מעשׂה וועגן דעם מישפּט־פּראָצעס אַרום דער קרומער באַהאַנדלונג פֿון נאַצי־געגנבֿעטע קונסט־ווערק; בלויז צוויי שורות אינעם אַרטיקל ווערן געווידמעט דער קליינער אַדוואָקאַט־קאָרפּאָראַציע Mondex, וועלכע האָט געהאָלפֿן אויסצופֿאָרשן דעם ענין.
אין דער אמתן, האָט די דאָזיקע פֿירמע, געגרינדעט דורך דזשיימס פּאַלמער, מיט די צענטערס אין טאָראָנטאָ און לאָנדאָן, געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אינעם העלפֿן די יורשים צו געפֿינען די נאַצי־גנבֿות אין דער מוטנער וועלט פֿון רעסטיטוציע־פּראָצעסן.
אינעם יאָר 2013, האָט פּאַלמער אָנגעפֿירט מיטן פּראָצעס קעגן הלל נחמד — דער פּראָמינענטער ניו־יאָרקער קונסט־הענדלער, וועלכער האָט געפּרוּווט צו פֿאַרקויפֿן אַ בילד פֿון מאָדיליאַני, וואָס די נאַציס האָבן קאָנפֿיסקירט בײַ אַ ייִד. „מאָנדעקס‟ האָט געהאָלפֿן צו באַשטעטיקן די רעכט פֿון די אמתע יורשים.
אין מאַרץ, האָט „מאָנדעקס‟ אָנגעפֿירט מיט אַן אַנדער אויספֿאָרשונג, נאָך וועלכער די האָלענדישע רעגירונג האָט איבערגעגעבן צוויי בילדער פֿון 17טן יאָרהונדערט צו די יורשים פֿון בערנאַרד לוי — אַ ייִדישער קרבן פֿונעם טויט־לאַגער סאָביבאָר.
נישט לאַנג צוריק, האָט „מאָנדעקס‟ געהאָלפֿן די יורשים פֿון די צוויי דײַטשישע קונסט־זאַמלער, לודוויג און מאַרגרעט קײַנער, צו געווינען דעם תּבֿיעה־פּראָצעס קעגן דער מעכטיקער שווייצאַרישער פֿינאַציעלער פֿירמע UBS. ס׳זעט אויס, אַז די דאָזיקע באַנקיר־פֿירמע האָט אויסגענוצט די רעסטיטוציע־באַהאַנדלונגען, אויף קרומע אופֿנים, צוליב איר אייגענעם רווח.
[…]