דאָס יאָר 1977, בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע. די מיליטערישע כונטע האַלט „שמוציקע מלחמות‟ קעגן די לינקע מיליטאַנטן און רודפֿט די אָפּאָנענטן פֿון איר פּאָליטיק. די אָפֿיצירן האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין דער היים פֿון יעקבֿ טימערמאַן, אַ ייִדישן צײַטונג־רעדאַקטאָר, אַרויפֿגעלייגט אַ בינדע אויף זײַנע אויגן, און אָפּגעפֿירט אים אין אַ ספּעציעלן פּײַניקונג־צענטער. זײַן זון, העקטאָר טימערמאַן, איז נאָכדעם אַנטלאָפֿן ווי אַ פּליט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און געוואָרן דאָרטן אין גיכן אַ באַקאַנטער מענטשנרעכט־אַקטיוויסט און מיטגרינדער פֿון דער גרופּע, וועלכע איז הײַנט באַקאַנט ווי HRW — „דער שומר פֿון מענטשנרעכט‟.
הײַנט דינט העקטאָר טימערמאַן ווי דער אַרגענטינער אויסערן־מיניסטער. לעצטנס, האָט זיך אַרום אים אויפֿגעפֿלאַקערט אַ סקאַנדאַל. די קריטיקער באַשולדיקן אים אינעם פֿאַרטיידיקן די איראַנישע מלוכישע פֿירער, וועלכע ווערן פֿאַרדעכטיקט אין שײַכות מיטן טעראָר־אַטאַק אויפֿן ייִדישן קהילה־צענטער אין בוענאָס־אײַרעס. בעת דעם אויפֿרײַס, אינעם יאָר 1994, זענען אומגעקומען 85 מענטשן און נאָך הונדערטער זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן.
נישט לאַנג צוריק, איז בײַ צווייפֿלהאַפֿטיקע אומשטענדן אומגעקומען אַלבערטאָ ניסמאַן — אַ פֿעדעראַלער פּראָקוראָר, וועלכער האָט במשך פֿון צען יאָר אָנגעפֿירט מיט דער אויספֿאָרשונג פֿונעם טעראָר־אויפֿרײַס. אָנהייב יאַנואַר, האָט ניסמאַן זיך אָנגעקלאָגט מיט קאָנטראָווערסאַלע טענות קעגן טימערמאַן און קעגן דער אַרגענטינער פּרעזינדעטין, קריסטינאַ פֿערנאַנדעז דע־קירשנער. מיט עטלעכע טאָג שפּעטער, האָט מען געפֿונען אין ניסמאַנס טויטן גוף אין זײַן דירה.
דער אומגעקומענער פּראָקוראָר האָט געגלייבט, אַז טימערמאַן האָט געפּרוּווט אויסצובאַהאַלטן די שולד פֿון געוויסע איראַנער, וואָס זענען פֿאַרדעכטיקט אינעם אָרגאַניזירן דעם אַטאַק אויפֿן ייִדישן צענטער AMIA, כּדי צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן איראַן און אַרגענטינע. דער אויסערן־מיניסטער האָט אָפּגעלייקנט די באַשולדיקונגען, פֿאַרטיידיקט אַלע זײַנע באַשלוסן און צוגעגעבן, אַז ווי אַ מיניסטער דינט ער, קודם־כּל, די אינטערעסן פֿון זײַן לאַנד. טימערמאַן האָט דערקלערט, אַז אין זײַנע באַציִונגען מיט די איראַנישע באַאַמטע זענען נישט געווען קיין פֿינצטערע סודות, און אַז ער וויל אויך געפֿינען און באַשטראָפֿן די שולדיקע פֿאַרן טעראָר־אויפֿרײַס.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/185155/is-hector-timerman-a-traitor/#ixzz3R0C44W25