מער ווי 300 רוסישע אַרמענער האָבן זיך באַטייליקט אין אַ קאָנפֿערענץ אין מאָסקווע, וואָס איז אינספּירירט געוואָרן פֿון די „לימוד‟־קאָנפֿערענצן בײַ ייִדן.
די אונטערנעמונג, „לסאַראַן‟ [דאָס אַרמענישע וואָרט פֿאַר לימוד אָדער לערנען], וואָס איז פֿאָרגעקומען די פֿאַרגאַנגענע וואָך, איז געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס נישט־ייִדן האַלטן אָפּ אַ קאָנפֿערענץ אויפֿן סמך פֿון „לימוד‟, זינט די יערלעכע טראַדיציע האָט זיך אָנגעהויבן מיט 30 יאָר צוריק אין ענגלאַנד, האָט אַ וואָרטזאָגער פֿון „לימוד אינטערנאַציאָנאַל‟ געזאָגט דער ייִט״אַ.
כּדי זיך צוצוגרייטן צו „לסעראַן‟, האָבן אירע אָרגאַניזירער זיך באַטייליקט אין עטלעכע „לימוד‟־קאָנפֿערענצן אין מאָסקווע, אָרגאַניזירט פֿון Limmud FSU, אַ נישט־פּראָפֿיט אָרגאַניזאַציע געגרינדעט אין 2006, וואָס פֿירט דורך „לימוד‟־קאָנפֿערענצן איבערן געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און אויך אין אַנדערע לענדער, וווּ עס געפֿינען זיך רוסיש־רעדנדיקע ייִדן, כּדי צו פֿאַרשטאַרקן יענע קהילות און דערנענטערן די באַטייליקטע צו מדינת־ישׂראל.
„די יונגע אַרמענער אין מאָסקווע האָבן נישט געהאַט קיין סך דערפֿאַרונג בײַם שאַפֿן אַ קולטורעלע פֿאַרבינדונג איינער צום צווייטן, אָדער אַ געפֿיל פֿון אַ ציבור,‟ האָט עווגעניאַ טעריאַן, איינע פֿון די אָרגאַניזירער פֿון „לסאַראַן‟, געזאָגט. „האָבן מיר זיך געוואָנדן צו דער ייִדישער קהילה, וואָס האָט אַ סך ענלעכקייטן מיט אונדזער פֿאָלק, און מיר האָבן געפֿונען אַ פּאַסיקן מוסטער בײַם Limmud FSU.‟
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/188316/armenians-are-learning-by-jewish-example/#ixzz3bwQCWAnI