Schindler’s Survivors Australia

590 350

ייִדישע זיכערהײט־דינסט װאָרנט װעגן אַ מעגלעכער סכּנה

די מעלבורנער קהילה זיכערהײט־גרופּע און דער ייִדישער קהילה־ראַט פֿון װיקטאָריע האָבן געװאָרנט, אַז די מעלבורנער ייִדישע קהילה שטײט פֿאַר אַ מעגלעכער סכּנה פֿון אַ ראַדיקאַליזירטן פּערזאָן, װאָס האַלט אפֿשר אין מיטן פּלאַנירן אַ טעראָריסטישן אָנפֿאַל. זײ האָבן גערופֿן אַלע ייִדן און ייִדישע אינסטיטוציעס צו זײַן אָפּגעהיט. זײ זאָגן אױך, אַז זײ האָבן שױן געמאָלדן דער לאָקאַלער און פֿעדעראַלער פּאָליצײ װעגן דער מעגלעכער סכּנה.

ענדערונגען אין דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿונעם ישיבֿה־צענטער

די אױסטראַליש־ייִדישע װאָכנשריפֿט „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟ האָט די װאָך געמאָלדן, אַז אַ בריװ איז אַרױסגעשיקט געװאָרן צו די עלטערן פֿון די תּלמידים פֿונעם ישיבֿה־קאָלעדזש אין מעלבורן, זאָגנדיק, אַז דער אױספֿיר־קאָמיטעט בײַם מעלבורנער ישיבֿה־צענטער װערט פֿאַרביטן מיט אַ צײַטװײַליקן קאָמיטעט, װאָס װעט דינען ביז אַ נײַע קאָנסטיטוציע װעט אָנגענומען װערן פֿאַרן 31סטן דעצעמבער ה”י; און אַ נײַער קאָמיטעט װעט װערן דערװײלט. די צײַטונג האָט אױך געמאָלדן, אַז דעם צענטערס פּרנסים־ראַט װעט פֿאַרביטן װערן מיט אַ נײַעם ראַט מיט נײַע מיטגלידער במשך פֿון די קומענדיקע זעקס חדשים.

בעת די סעסיעס פֿון דער קיניגלעכער קאָמיסיע װעגן דעם אָפּרוף פֿון אָרגאַניזאַציעס צו באַשולדיקונגען, אַז סעקסועלע מיסברױכן זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן קינדער אין זײער רשות, איז געװאָרן קלאָר, אַז דער אָפּרוף פֿונעם דעמאָלטיקן אױספֿיר־קאָמיטעט צו די באַשולדיקונגען איז געװען פּראָבלעמאַטיש. אַ גרופּע געליטענע, געװעזענע תּלמידים פֿון דער טאָגשול, האָבן געפֿאָדערט, אַז נײַע קאָמיטעטן זאָלן דערװײלט װערן. לעצטנס, האָט אַ גרופּע עלטערן פֿון איצטיקע תּלמידים געפֿאָדערט, אַז עלטערן זאָלן דערלױבט װערן צו שפּילן אַ ראָלע כאָטש אױפֿן אױספֿיר־קאָמיטעט. די קיניגלעכע קאָמיסיע װעט מעלדן אירע אױספֿירן במשך פֿון די קומענדיקע זעקס חדשים.

די „אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס“ האָט אױך געמאָלדן, אַז דער פּרנסים־ראַט פֿונעם מעלבורנער ישיבֿה־צענטער װעט רעזיגנירן נאָך דעם װי די נײַע קאָנסטיטוציע װעט אָנגענומען און פֿאַרביטן װערן מיט אַ נײַעם ראַט מיט נײַע מיטגלידער.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/188882/news-from-melbourne/?p=all#ixzz3e6iixBQ6