וואָס קען מען אויספֿירן פֿון מאַכמוד אַבאַס׳ הײַיאָריקער רעדע בײַ דער „יו־ען‟? איין מעגלעכקייט איז סתּם אַזוי — נאָך אַ באַווײַז פֿון דער קאַליע־געוואָרענער דינאַמיק צווישן דער פּאַלעסטינער און ישׂראלדיקער פֿירערשאַפֿט.
מע קען עס אָבער אויך אויסטײַטשן אויף צוויי אַנדערע אופֿנים: 1) זײַן רעדע איז אַ פּרוּוו, ווי אין די פֿריִערדיקע יאָרן, צוצודריקן ישׂראל צו דער וואַנט און צווינגען זי צו פֿאַרהאַנדלען מיט די פּאַלעסטינער פֿאַרמיטלער פֿון אַן אָפּגעשוואַכטער פּאָזיציע, אָדער 2) אַבאַס וויל, דער עיקר, איבערצײַגן זײַנע פּאַלעסטינער צוהערער אויפֿן מערבֿ־ברעג, אַז ער איז אַ שטאַרקער, אַגרעסיווער פֿירער — בפֿרט אין אַ צײַט, ווען זײַן פּאָפּולאַריטעט איז ממשותדיק געפֿאַלן.
אַבאַס׳ יערלעכע „יו־ען‟־רעדעס זענען אייגנטלעך די זעלבע. ער פֿאַרדאַמט ישׂראל פֿאַר אַלע אירע „עבֿירות‟: אַ טייל באַרעכטיקטע, אַנדערע שטאַרק איבערגעטריבענע, און אַנדערע — פּראָסטע ליגנס. דערבײַ פֿלעכט ער אַרײַן „רירנדיקע‟ ווינטשעוואַניעס אויף אַ צוקונפֿטדיקן שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. אַחוץ דעם, דריקט ער יעדעס יאָר אויס אַ באַזונדערע וואָרענונג, אַז ער וועט דורכפֿירן אַ נײַע איינזײַטיקע אַקציע אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן פֿראָנט מיטן ציל צו איזאָלירן ישׂראל. אין 2011 האָט ער געוואָרנט, אַז די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ האָט זיך אָנגעבאָטן צו ווערן אַ מיטגליד־מלוכה אין דער „יו־ען‟; אין 2014 האָט ער גערופֿן די „יו־ען‟ צו שטעלן אַ טערמין פֿאַר אַ ישׂראלדיקן צוריקצי צו די גרענעצן פֿון פֿאַר 1967, און הײַיאָר האָט ער געסטראַשעט צו אַנולירן דעם אָסלאָ־אָפּמאַך פֿון 1993, וואָס דורך אים איז די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ איז געגרינדעט געוואָרן.
אויב ער וועט טאַקע אַנולירן דעם אָסלאָ־אָפּמאַך, איז מעגלעך, אַז ער וועט אָפּשאַפֿן געוויסע אַספּעקטן פֿונעם אָפּמאַך, ווי די צוזאַמענאַרבעט מיט ישׂראל, וואָס שייך זיכערהייט און טעלע־קאָמוניקאַציע. אָדער ער קען שליסן געוויסע אָפּטיילן פֿון דער פּאַלעסטינער אַליין־רעגירונג ווי, למשל, דעם מיסט־אָפּפֿיר אָדער די פּאָסט; אָדער ער קען פּשוט שליסן די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ אין גאַנצן, און איבערגעבן די ביליאָנען־דאָלאַרדיקע פֿאַרוואַלטונג פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון 3 מיליאָן פּאַלעסטינער צוריק צום ישׂראלדיקן שוץ־מיניסטעריום, און דערנאָך איבערפֿירן די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ אין אַן אַנדער לאַנד, באַצייכנענדיק זי ווי אַ גלות־רעגירונג. דאָס וואָלט געווען ממש אַ קאָשמאַר פֿאַר ישׂראל.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/191395/what-abbas-was-really-saying-at-the-un/#ixzz3nj9eG3yZ