נישט לאַנג צוריק, אין מאַרץ, האָט זיך אויף דער אינטערנעץ באַוויזן אַ נײַער בלאָג מיטן נאָמען „אין ייִדיש‟ — http://inyiddish.wordpress.com — וואָס רופֿט זיך אַליין אָן אינמיטן דעם הויפּט־זײַטל „היימיש קארנער דאטקאם‟.
ס׳זעט אויס, אַז דער פֿרומער מחבר פֿון אַזאַ געמישטער ענגליש־ייִדישער פֿראַזע באַטראַכט די ענגלישע פֿאַרקירצונג com מיט אַ פּינטל ווי אַ סינאָנים פֿון אַ וועבזײַט בכלל, הגם טעכניש איז בלויז איינער פֿון די פּאָפּולערסטע דאָמען־נעמען פֿון דער העכסטער מדרגה אויף דער אינטערנעץ. אַזוי צי אַזוי, דערקלערט דער מחבר זײַנע כּוונות און שילדערט אַ ליסטע פֿון עטלעכע פֿרומע מוזיק־אַלבאָמען אויף ייִדיש, באַגלייט מיט פֿאַררופֿונגען אויף די אינטערנעץ־קראָמען, וווּ מע קאָן זיי קויפֿן.
איין ניגון, וואָס דער בלאָגער לייגט פֿאָר אויסצוהערן אויפֿן „יוטוב‟, טראָגט דעם קאָמישן נאָמען „שיר־השמאַטע‟ מיט די ווערטער פֿון הרבֿ צבֿי־מאיר זילבערבערג — אַ באַקאַנטער ברוקלינער ייִד, וועלכער וווינט הײַנט אין ירושלים, וווּ ער פֿירט אַן אייגענע רביסטווע.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/195672/in-yiddish-new-hasidic-blog/#ixzz4By0qyOgX