אַ טונעל אין ליטע, וואָס אַ גרופּע ייִדן האָט געניצט צו אַנטלויפֿן פֿון די נאַציס, איז לעצטנס אַנטפּלעקט געוואָרן דורך אַן אינטערנאַציאָנאַלער פֿאָרש־מאַנשאַפֿט לעבן ווילנע.
די ישׂראלדיקע אַנטיקן־אינסטאַנץ האָט מיטוואָך געמאָלדן, אַז זי האָט געפֿונען אַ טונעל מיט אַ לענג פֿון 100 פֿוס אין פּאָנאַר, דער וואַלד וווּ 100,000 מענטשן, 70,000 פֿון זיי — ייִדן, זענען אויסגעשאָכטן געוואָרן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. די אינסטאַנץ האָט עס אַנטדעקט דורך אַ נײַער אימאַזשיר־טעכנאָלאָגיע וואָס ווערט הײַנט באַניצט צו געפֿינען אונטערערדישע סטרוקטורן.
אין 1943, נאָך דעם ווי די דײַטשע כּוחות האָבן זיך צוריקגעצויגן פֿונעם מיזרח־פֿראָנט און ס׳איז אַרײַנגעקומען די רויטע אַרמיי, איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ ספּעציעלע דיוויזיע וואָס האָט געדאַרפֿט באַהאַלטן די שפּורן פֿונעם גענאָציד. אין פּאָנאַר האָט מען באַפֿוילן 80 ייִדישע קאַצעטניקעס פֿונעם שטוטהאָפֿער לאַגער עס צו טאָן.
בײַ טאָג האָבן די נאַציס געהייסן די קאַצעטניקעס, מיט געקייטלטע הענט, צו באַהאַלטן די מאַסן־קבֿרים און פֿאַרברענען די מתים. בײַ נאַכט האָט מען זיי פֿאַרשפּאַרט אינעם זעלבן גרוב, וואָס מע האָט פֿריִער געניצט אויסצהרגענען די ווילנער ייִדן.
אַ טייל פֿון די אַרבעטער האָבן דעמאָלט באַשלאָסן צו אַנטלויפֿן פֿון די וועכטער דורכן אויסגראָבן בײַ נאַכט אַ טונעל פֿונעם גרוב. במשך פֿון דרײַ חדשים האָבן זיי געגראָבן, ניצנדיק בלויז לעפֿל און די הוילע הענט.
[…]