Isaac Bashevis Singer, The Dynamic Speaker

640 415

יצחק באַשעוויס־זינגער, וואָס די וואָך מערקט מען אָפּ זײַן 25סטן יאָרצײַט, איז הײַנט צום מערסטנס באַקאַנט פֿאַר זײַנע ליטעראַרישע ווערק. ער איז אָבער אויך געווען אַ באַגאַבטער רעדנער, וואָס האָט פֿאַרווײַלט מענטשן מיט זײַנע אַקאַדעמישע רעפֿעראַטן, וויצן און אַנעקדאָטן (און זייער אָפֿט אַ געמיש פֿון אַלע דרײַ) אויף ייִדיש און ענגליש.

אין 1978 האָט באַשעוויס־זינגער גערעדט אויף ייִדיש פֿאַר אַ ריזיקן עולם, וואָס איז געקומען אים באַגריסן לכּבֿוד זײַן באַקומען דעם „נאָבל־פּריז‟ פֿאַר ליטעראַטור. אין דער רעדע, וואָס די ישׂראלדיקע מלוכישע ראַדיאָ־נעץ „קול־ישׂראל‟ האָט דערנאָך טראַנסמיטירט מיט אַ קורצן אַרײַנפֿיר פֿון אפֿרים שעדלעצקי, דערקלערט באַשעוויס־זינגער פֿאַר וואָס ער שרײַבט אויף ייִדיש. ער מאַכט אויך חוזק פֿון די, וואָס ווילן, אַז ייִדיש זאָל האָבן אַ וואָרט אויף „אַלץ‟. ס׳איז כּדאַי זיך צו באַקענען מיט זײַן געשמאַקן וואַרשעווער לשון, עפּעס וואָס מע הערט ניט קיין סך הײַנט צו טאָג.

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/198340/#ixzz4FoeaGGsP