Hasidic Community Founded in England

630 326

ס׳איז ניט נאָר אין וויליאַמסבורג, וואָס די חרדישע ייִדן ליידן פֿון אַ דוחק אין דירות. אין דער חסידישער געגנט סטעמפֿאָרד־היל, אין לאָנדאָן, איז מער ניטאָ קיין אָרט, וווּ די יונגע משפּחות קענען באַקוועם וווינען און די פּרײַזן פֿון די אָרטיקע דירות זענען, אַזוי ווי אין וויליאַמסבורג, זייער טײַער. להיפּוך צו ניו־יאָרק, האָט מען נאָך ניט געשאַפֿן קיין גרויסע חסידישע שטעטלעך אויסער לאָנדאָן אַזוי ווי קרית־יואל אָדער ניו־סקווער, וואָס געפֿינען זיך ניט ווײַט פֿון שטאָט ניו־יאָרק.

לעצטנס האָבן זעקס חסידישע משפּחות געקויפֿט הײַזער אין „קאַנוויי־אײַלאַנד‟, אַ דאָרפֿיש אינדזל אין עסעקס, 35 מײַלן אויף מיזרח פֿון לאָנדאָן. די נײַע פֿרומע אײַנוווינער האָבן געקויפֿט הײַזער אין אַ געגנט, וואָס איז ביליק צוליב דעם, וואָס עס דראָט דאָרטן אַ כּסדרדיקן געפֿאַר פֿון פֿאַרפֿלייצונגען. די ייִדן האָפֿן, אַז עס וועלן זיך באַלד אַרײַנציִען נאָך 50 חרדישע משפּחות. דער אינדזל פֿאַרמאָגט שוין אַ שיל, אַ צײַטווײַליקע יאַטקע וווּ מע קען קויפֿן כּשר פֿלייש, און אַן אָרט, וווּ מע וועט קענען עפֿענען אַ שול. אַ דאַנק אַ ריזיקער נדבֿה האָבן די נײַע אײַנוווינער געקויפֿט דעם שול־בנין פֿאַר 1.7 מיליאָן פֿונט.

אויפֿן ערשטן בליק איז די געגנט ניט קיין אָרט, וווּ מע וואָלט דערוואַרט, אַז פֿרומע ייִדן וואָלטן געוואָלט וווינען. די אײַנוווינער פֿונעם אינדזל האָבן געשטימט מאַסנווײַז צו פֿאַרלאָזן דעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין און זענען דערצו כּמעט אין גאַנצן פֿון אַנגלאָ־סאַקסאָנישן אָפּשטאַם. להיפּוך צו לאָנדאָן, זעט מען דאָרטן ניט קיין סך מענטשן, וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין אויסלאַנד אָדער וואָס טראָגן טראַדיציאָנעלע רעליגיעזע קליידער.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/198601/hasidic-community-founded-in-england/#ixzz4GqzC8j9N