Isaac Babel’s Grandson Searches For Traces of His Grandfather

630 354

פֿינעף און זיבעציק יאָר נאָך דעם ווי מע האָט אומגעבראַכט דעם באַקאַנטן סאָוועטישן שרײַבער אײַזיק באַבעל, איז זײַן אייניקל, אַנדרע מאַלאַעוו־באַבעל, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דראַמע, געפֿאָרן אויף אַ נסיעה צו באַזוכן די שטעט און שטעטלעך וואָס האָבן געשפּילט אַ ראָלע אינעם לעבן און ווערק פֿון זײַן זיידן. אַ נײַער דאָקומענטאַר־פֿילם, Finding Babel, וואָס פֿילמירט אַנדרעע אויף זײַן נסיעה, האָט די פּרעמיערע אין ניו־יאָרק דעם האַרבסט.

דער פֿילם האָט שוין געוווּנען אַ ספּעציעלן יורי־פּריז אויפֿן מאָסקווער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל.

אײַזיק באַבעל איז געבוירן געוואָרן אין 1894 אין דער מאָלדאָוואַקאַ אין אָדעס, אַ געגנט באַקאַנט ווי אַ צענטער פֿון דער ייִדישער אונטערוועלט. אין 1939 איז ער אומגעבראַכט געוואָרן דורך סטאַלינען, ווי טויזנטער אַנדערע שרײַבער און קינסטלער. באַבעל האָט געקענט ייִדיש, העברעיִש און אַנדערע שפּראַכן, אָבער האָט זיך געדרוקט בלויז אויף רוסיש. זײַנע ביכער „רויטע קאַוואַלעריע‟ און „אָדעסער דערצײלונגען‟ (מיטן העלד, דער אונטערוועלטניק בעניע קריק) האָבן אים געמאַכט אַ שם איבער דער גאַנצער וועלט. זײַן ווערק „טאָגבוך 1920‟, וואָס ווערט אָפֿט ציטירט אינעם פֿילם, איז אַ בילד פֿון די קאָזאַקן, פֿול מיט בלוט־פֿאַרגיסונג און גוואַלד־מעשׂים — און די ייִדן זענען געוויינטלעך די קרבנות.

זײַן ווערק האָט אָפֿט נישט צופֿרידן געשטעלט די וואָס האָבן געהאַלטן אַן אויג אויף דער געטרײַשאַפֿט צו דער בײַטנדיקער סאָוועטישער פּאָליטישער ליניע. אָבער אַ דאַנק (צום טייל) זײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיט מאַקסים גאָרקי און זײַן וואַקסנדיקער באַרימטקייט האָט מען אים יאָרן לאַנג נישט „געטשעפּעט‟.

אינעם פֿילם, ווען אַנדרע מאַלאַעוו־באַבעל קומט אָן אין אַ שטעטל, לייענט דער אַמעריקאַנער אַקטיאָר ליעוו שרײַבער אויסצוגן פֿון באַבעלס ווערק וואָס האָבן אַ שײַכות צום אָרט. איינער פֿון די מער שאַפֿערישע אַספּעקטן פֿונעם פֿילם איז די קינאָמאַגראַפֿיע, וואָס ווײַזט די ערטער אין אַ האַלב־רעאַליסטישן, האַלב־אַנימירטן סטיל בשעת מע לייענט. ווען סע רעדט זיך וועגן אָדעס ווײַזט מען אויך טיילן פֿון אַן אַלטן סאָוועטישן שטומפֿילם פֿון די 1920ער יאָרן וועגן בעניע קריק. אָדעס האָט בפֿירוש געשפּילט אַ מער וויכטיקער ראָלע אין באַבעלס לעבן, און מאַלאַעוו־באַבעל קומט אָן אין דער שטאָט ווען מע אַנטפּלעקט אַ ריזיקע סטאַטוע פֿונעם שרײַבער. נאָר אין אָדעס האָט ער די געלעגנהייט אַרײַנצוגיין אין די דירות וווּ די משפּחה באַבעל האָט אַמאָל געוווינט.

נאָך דעם ווי דאָס אייניקל פֿאָרט אַרום אוקראַיִנע און דער אַמאָליקער גאַליציע, וווּ באַבעל איז מיטגעפֿאָרן מיט דער קאַוועלעריע, פֿאָרט ער קיין פּאַריז. דאָרטן האָט זײַן זיידע, באַבעל, געהאַט אַ ווײַב און אַ דרײַ־יאָריק טעכטערל, נאַטאַשאַ, אָבער צוריקפֿאָרן קיין מאָסקווע האָט זײַן פֿרוי נישט געוואָלט. אין פּאַריז רעזשיסירט מאַלאַעוו־באַבעל אַ פּיעסע פֿונעם זיידן, „מאַריאַ‟, מיט אַ גרופּע אַקטיאָרן. די דאָזיקע דראַמע, וואָס קומט פֿאָר אין פּעטערבורג אין 1920, דערציילט וועגן אַ גרופּע רוסישע אַריסטאָקראַטן וואָס פּאַסן זיך נישט אַרײַן אין דער נײַער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט. אַזוי ווי דער כאַראַקטער גאָדאָ, קומט דער כאַראַקטער מאַריע אין באַבעלס פּיעסע קיין מאָל נישט אָן. אין 1935, אין דער צײַט פֿון סטאַלינס „גרויסן טעראָר‟, ווען מיליאָנען זענען אומגעקומען, האָט די מלוכה אָפּגעשטעלט באַבעלס פּיעסע „מאַריע‟ נאָך עטלעכע רעפּעטיציעס.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/199835/isaac-babels-grandson-searches-for-traces-of-his-g/?p=all#ixzz4MRV6pVvc