אייערנעכטן, דעם 11טן נאָוועמבער, איז דאָ אין פּאַריז פֿריצײַטיק אַוועק פֿון דער וועלט דער זשורנאַליסט קלאָד האַמפּעל, גרינדער און רעדאַקטאָר פֿונעם חודש־זשורנאַל „ייִדישע העפֿטן“.
קלאָד האַמפּעל איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין אָקטאָבער 1943. מע קען זאָגן אַז ער איז געווען דער ייִנגסטער ניצול געוואָרענער פֿון וואַרשעווער געטאָ, כאָטש געבוירן שוין נאָכן אויפֿשטאַנד און נאָך דער לעצטער צעשטערונג: זײַן טראָגעדיקע מאַמע האָט שוין געהאַלטן בײַם אַרײַנגעטריבן ווערן אין וואַגאָן אין דער ריכטונג פֿון די טויטלאַגערן, ווען קריסטלעכע פֿרײַנד האָבן מיט נסים זי אַוועקגעריסן פֿון דאָרטן און זי אויסבאַהאַלטן אויף דער אַרישער זײַט. דער קליינער קלאָד איז בכן געקומען אויף דער וועלט אין באַהעלטעניש און דאָרטן דורכגעמאַכט די ערשטע חדשים פֿון זײַן לעבן.
ווי אַנדערע ייִדן פֿון דער שארית–הפּליטה אין פּוילן, האָבן זיך קלאָדס עלטערן, נישט אָן שוועריקייטן, דערשלאָגן נאָכן קריג קיין פּאַריז. דאָ איז ער דערצויגן געוואָרן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער היים. דער פֿאָטער, יעקבֿ האַמפּעל, איז געווען אַ בונדיסט און אַ דרוק־אַרבעטער. די דאָזיקע פֿריִע יניקה האָט זיך אָנגערופֿן ערשט שפּעטער אין קלאָדס לעבן. אין צווישן זענען אָבער געווען יאָרן פֿון לערנען און יאָרן פֿון זוכעניש מצד אַ יונגן מענטש וואָס איז געווען פֿול מיט גײַסטיקן אומרו און מיט קינסטלערישע נייגונגען. אַזוי, למשל, האָט ער יונגערהייט זיך באַטייליקט בײַ די קלאַפּ־אינסטרומענטן אין עטלעכע דזשעז־אָרקעסטערס. דאָס געפֿיל צו מוזיק און צו פּלאַסטישער קונסט האָט אים תּמיד באַגלייט אויף די ווײַטערדיקע שטאַפּלען פֿון זײַן לעבנסוועג.
אין די אַכציקער יאָרן האָט קלאָד האַמפּעל זיך גענומען ערנסט פֿאַרטיפֿן אינעם ייִדיש־שפּראַכיקן טייל פֿון זײַן קולטור־ירושה. ער האָט נאָכגעפֿאָלגט אויפֿן אוניווערסיטעט די קורסן פֿון דער אָנגעזעענער ליטעראַטור־פֿאָרשערין רחל ערטעל און איז געוואָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער ייִדיש־זעצער: צו ערשט פֿאַר דער בונדישער צײַטונג „אונדזער שטימע“; נאָך דעם, פֿאַר דער ציוניסטישער טאָגצײַטונג „אונדזער וואָרט“.
ווען „אונדזער וואָרט“ — דער לעצטער סימן פֿון דער אַ מאָל רײַכער ייִדישער טאָגפּרעסע אין פּאַריז — האָט זיך געשלאָסן אין יוני 1996, האָט קלאָד האַמפּעל שוין געוווּסט, אַז ער וועט אַרײַנלייגן אַלע זײַנע כּוחות אין דער גרינדונג פֿון אַ צײַטשריפֿט אויף דער ייִדישער שפּראַך, וואָס זאָל זײַן אַ המשך פֿון די פֿאַרשוווּנדענע אויסגאַבעס. פֿאַקטיש האָט ער שוין מיט יאָרן פֿריִער, זעענדיק ווי די לעצטע טאָגצײַטונג ראַנגלט זיך פֿאַר איר קיום, געהאַט באַשלאָסן נישט צו דערלאָזן צום פֿולן אונטערגאַנג פֿון ייִדישן געדרוקטן וואָרט אין פֿראַנקרײַך.
[…]