Yiddish in Goles in North Carolina

630 420

יעדער ווינטער ווערט די שטאָט דורעם, אין צפֿון־קאַראָלײַנע, אַ צײַטווײַליקן צענטער פֿון דער ייִדישער קולטור. דאָרטן אָרגאַניזירט די באַקאַנטע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרשע און רעדאַקטאָרשע פֿונעם זשורנאַל „אויפֿן שוועל,‟ ד״ר שבֿע צוקער, אַ סעריע וואַרשטאַטן און סעמינאַרן פֿאַר מיטנדיקע און אַוואַנסירטע תּלמידים פֿון ייִדיש.

הײַיאָר וועט די פּראָגראַם, „ייִדיש אין גלות‟, פֿאָרקומען פֿון פֿרײַטיק, דעם 13טן יאַנואַר ביז מאָנטיק, דעם 16טן יאַנואַר. די תּלמידים וועלן לייענען דערציילונגען פֿון חוה ראָזענפֿאַרב, בלומע לעמפּעל און יאָסל בירשטיין, דיסקוטירן די סדרה פֿון דער וואָך אויף מאַמע־לשון, לייענען ייִדישע פּאָעזיע, זיך לערנען וועגן דער ייִדישער גראַמאַטיק, זען אַ ייִדישן פֿילם און בכלל זיך אויסלעבן אויף ייִדיש.

די פּראָגראַם, וואָס קאָסט $280, נעמט אַרײַן 7 מאָלצײַטן און הכנסת־אורחים פֿאַר די ערשטע וואָס פֿאַרשרײַבן זיך (עס זענען אויך דאָ דערבײַיִקע האָטעלן). די פּראָגראַם וועט אַרײַננעמען ניט ווייניקער ווי 9 תּלמידים און ניט מער ווי 13.

כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, פֿאַרבינדט זיך מיט ד׳׳ר שבֿע צוקער אויף איר אַדרעס szucker@aol.com. די וואָס ווילן זיך באַטייליקן אין דער פּראָגראַם קענען זיך פֿאַרשרײַבן ביזן 22סטן דעצעמבער.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/200977/yiddish-in-goles-in-north-carolina/#ixzz4SMmXJ25S