די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילה איז אין אַלגעמיין איז אַ סטאַבילע און זי וואַקסט כּסדר, אָבער איר כאַראַקטער האַלט זיך אין מיטן שטאַרק בײַטן. די אָרטאָדאָקישע קהילה (אַרײַנגערעכנט סײַ חרדישע סײַ צענטריסטישע סײַ מאָדערנע) וואַקסט ווי אויף הייוון, און די צאָל נישט־אָרטאָדאָקסן גייט באַרג־אַראָפּ.
די דאַטן בײַם „פּיו־פֿאָרשצענטער‟ אין משך פֿון דרײַ דורות ווײַזן אָן, אַז אין משך פֿון צוויי דורות האָט דער אָרטאָדאָקסישער ציבור זיך אַזש פֿאַרפֿירפֿאַכט אין צאָל.
און וואָס איז מיט די נישט־אָרטאָדאָקסן — די קאָנסערוואַטיווע, רעפֿאָרעם־, רעקאָנסטרוקציאָניסטישע, בײַנײַונג־ און סעקולערע ייִדן? בײַ זיי איז עס פּונקט פֿאַרקערט.
דער וווּקס בײַ די אָרטאָדאָקסן און די ירידה בײַ די אַנדערע הייסט אַז דער „מאַרק־חלק“ בײַ די אָרטאָדאָקסן פֿליט אין הימל אַרײַן. 27% פֿון די וואָס זענען ייִנגער פֿון 18 יאָר אַלט וווינען הײַנט אין אָרטאָדאָקסישע היימען.
וואָס באַטײַט דער גאַנג? סע הייסט, אַז אַן אַלץ קלענערער פּראָצענט נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדן באַטייליקט זיך אינעם ייִדישן לעבן. איין סיבה דערפֿאַר איז וואָס צווישן די נישט־אָרטאָדאָקסן געפֿינען זיך אַ סך מער ייִדן אין עלטער פֿון 56־73 יאָר ווי אין עלטער פֿון 28־45. חוץ דעם באַטייליקט זיך דער ייִנגערער דור בכלל ווייניקער אינעם ייִדישן לעבן. דער עפֿעקט פֿון אַזוינע ציפֿערן איז ממש נשתּוממדיק.
צווישן די נישט־אָרטאָדאָקסן צווישן 28 און 45 יאָר זענען נאָר 204,000 מיטגלידער אין אַ סינאַגאָגע, אַקעגן 461,000 בײַ די וואָס זענען צווישן 56 און 73 יאָר אַלט. בלויז 130,000 פֿון די ייִנגערע באַלאַנגען צו ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַקעגן 252,000 פֿון די עלטערע. 198,000 פֿון די ייִנגערע ייִדן פֿילן אַ פֿאַרבינדונג מיט מדינת־ישׂראל, אַקעגן 466,000 פֿון די עלטערע.
[…]