Ruby Myers, The Jewish Starlets of India’s “Bollywood” Cinema

630 422

ווען אינדיע האָט ערשט אָנגעהויבן פּראָדוצירן פֿילמען, זענען אַ טייל פֿון די פּאָפּולערסטע אַקטריסעס געווען ייִדישע טעכטער, האָט לעצטנס איבערגעגעבן אַן אַרטיקל אין Jewniverse.

„באָליוווּד‟ — אַ טערמין וואָס מע ניצט אָפֿט צום באַשרײַבן די אינדישע קינאָ־אינדוסטריע — פּראָדוצירט יעדעס יאָר טויזנט פֿילמען וואָס סע זעען זיי דרײַ ביליאָן מענטשן איבער גאָר דער וועלט. דער דאָזיקער ריזיקער עולם ווייסט אָבער נישט אַז ייִדישע פֿרויען האָבן געהאָלפֿן אַנטוויקלען די קולטור־רײַכע קונסטפֿאָרעם.

די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין אינדיע איז גאַנץ קליין — אַרום 5,000 פֿון 1.3 ביליאָן מענטשן. אָבער די ייִדישע פֿרויען האָבן דאָך געהאַט חוצפּה. כּמעט אַלע פֿון די פֿריסטע פֿרויען־שטערנס אין אינדיע זענען געווען ייִדישע טעכטער וואָס שטאַמען פֿון באַגדאַד און אַנדערע מיטל־מיזרחדיקע לענדער.

דער ערשטער שטערן פֿונעם אינדישן קינאָ איז געווען סולאָטשאַנאַ (רובי מײַערס, 1907־1983), וואָס האָט אויך פֿאַרדינט די סאַמע העכסטע שׂכירות אינעם אינדישן קינאָ — נאָך מער אַפֿילו ווי דער גובערנאַטאָר פֿון באָמביי. זי האָט זיך טאַקע געלאָזט וווילגיין און האָט זיך געקויפֿט אַ געגאַרטן „שעווראָליי‟ פֿון 1935.

אַן אַנדער באַליבטע אַקטריסע איז געווען פּראַמילאַ (אסתּר וויקטאָריאַ אייבראַהאַם, 1911־2006). פּראַמילאַ איז דווקא געווען זייער אַ געלערנטע. זי האָט געקריגן אַזש זעקס קונסט־דיפּלאָמען אין לאָנדאָן און געוואָרן די ערשטע שול־דירעקעטאָרשע פֿון דער ייִדישער ייִנגלשול א״נ תּלמוד־תּורה — נאָך איידער זי איז געוואָרן אַ פֿילמשטערן און באַקרוינט געוואָרן ווי די ערשטע „מיס אינדיע“ אין 1947.

כאָטש מע האָט די פֿרויען באַוווּנדערט און געלויבט, האָבן ווייניק מענטשן געוווּסט די דעטאַלן פֿון זייער הינטערגרונט. און נאָך דעם ווי מע האָט צוגעגעבן דעם קלאַנג צו די פֿילמען, האָבן די באָליוווּדער ייִדישע טעכטער געקראָגן אַ סך ווייניקער ראָלעס ווײַל זיי האָבן פּשוט זיך נישט געקענט אויסלערנען די פֿאַרשידענע אינדישע דיאַלעקטן.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/201463/the-jewish-starlets-of-india-s-bollywood-cinema/#ixzz4USOEDMLa