Live Memory

640 360
רכבות המדוזה
 
עבורי,חודש ינואר הוא חודש של אבל, מפני, שלפני60 שנה, גססתי בעודי מוטל על גבי ערימות גופות
יבשות,שעליהן יכולתי להרגיש מוגן, תחת שכבת שמיכות מעופשות וספוגות בדם,שנשארו מהמתים,
ובצילם של אנשים חיים,שנילחמו ביניהם על פרורי לחם, בקרון הפתוח של הרכבת ,שאותה כיניתי
“רכבת המדוזה”. כך,בשארית כוחותי ובתקווה שאשרוד,על אף הרעב הכבד והקור העז ובמצבי
של ספק חי ספק מת,התאמצתי להאחז בתאריך יום הולדתי ,החל ב28 לינואר,כמו טובע הנאחז
בקרש הצלה וכך,אמרתי לעצמי שוב ושוב”אבל לא,אבל לא,וידאל אתה לא תמות ביום הולדתך ה22!?”
וכך,כה עירני בשנתי,שנה שמהר מאד הוצפה בחלומות היפים ביותר בחיי,בוודי כפיצוי.
יאַנואַר 2005
 
בײַ מיר איז דער חודש יאַנואַר אַ חודש פֿון טרויער, ווײַל מיט אַקוראַט 60 יאָר צוריק האָב איך געהאַלן אין גוססן, זיצנדיק אויף אַ שטויס פֿאַרקוואַרטע מתים, וואָס דאָרטן בין איך געווען באַשיצט פֿאַר די לעבעדיקע, יענע, וואָס האָבן זיך געשלאָגן איבער אַ ברעקל ברויט אינעם אָפֿענעם וואַגאָן פֿון דער באַן וועלכער איך האָב אַ נאָמען געגעבן „די מעדוזע“, גוט אײַנגעדעקט מיט די קאָלדרעס וואָס די טויטע האָבן פֿאַרלאָזט, אַלץ איינס אויב פֿאַרלײַזיקטע אָדער פֿאַרבלוטיקטע, און איך האָב זיך געסטאַרעט צו פֿאַרשפּאָרן מײַנע כּוחות, האָפֿנדיק זיך צו ראַטעווען —צו להכעיס דעם הונגער, דער קעלט און מײַן צושטאַנד פֿון אַ לעבעדיקן מת; איך האָב זיך געקלאַמערט אין יענעם 28סטן יאַנואַר ווי אַ זיך טרינקענדיקער קלאַמערט זיך אין אַ ברעט, און כּסדר מיר אײַנגעחזרט: „ניין, ווידאַל, דו וועסט דאָך נישט אומקומען אין דער דאַטע פֿון דײַן 22סטן געבוירן־טאָג!?“, איך האָב עס מיר אײַנגעחזרט סײַ אויף דער וואַך, סײַ אין שלאָף, אַ שלאָף וווּ עס זענען באַלד געקומען צו גאַסט די שענסטע חלומות פֿון מײַן לעבן, חלומות פֿון פֿאַרגעלטונג אַוודאי.