American Orthodox Girls Serving in the IDF

622 387

אַ צאָל ישׂראלדיקע רבנים, מיט דער צוהילף פֿון געוויסע פּענסיאָנירטע גענעראַלן, האָבן זיך לעצטנס אַקעגנגעשטעלט דאָס פֿאַרשרײַבן זיך פֿון פֿרויען אין שלאַכטראָלעס — און אפֿשר אַפֿילו דאָס פֿאַרשרײַבן זיך בכלל — צוליב ענינים פֿון צניעות. אין דער זעלבער צײַט, אָבער, האָבן הונדערטער אַמעריקאַנער פֿרומע מיידלעך עולה געווען כּדי צו דינען אין צה״ל, דער ישׂראלדיקער אַרמיי.

לויט אַן אַרטיקל אין דער ישׂראלדיקער נײַעס־וועבזײַט Ynet, האָט זיך דער שטראָם אָנגעהויבן אין 2009, ווען 62 פֿרומע אויסלענדישע פֿרויען האָבן זיך פֿאַרשריבן; אין 2016 האָבן אַזש 322 פֿרומע סאָלדאַטקעס עולה געווען כּדי צו דינען, און אַ הויכע צאָל אַנדערע האָבן נאָך בדעה צו קומען. לויט דער סטאַטיסטיק פֿון צה״ל, זענען שוין 1,732 אָנגעקומען, און דער ציפֿער וואַקסט פֿון יאָר צו יאָר.

כאָטש בײַ ישׂראלים איז עס אַ חיובֿ צו דינען אין דער אַרמיי (און בײַ אַ טייל — אַן עול), איז עס בײַ דער גרופּע אויסלענדישע מיידלעך דווקא אַ חלום וואָס זיי ווילן מקיים זײַן. איין מיידל, נווה כאַמיידעס, פֿון בראָנקס, נ״י, האָט געזאָגט, אַז זי האָט שטענדיק געהערט וועגן צה״ל אין טאָגשול, אין זומער־לאַגער, אין שיל, געלייענט וועגן זיי אין די נײַעס, געזען ווידעאָס, „אָבער ס׳איז מיר אַלץ געווען פֿרעמד ביז מײַן ערשטן וויזיט אין ישׂראל.‟ דעמאָלט האָט זי דערפֿילט דעם טעם פֿון זײַן כּסדר באַשיצט פֿון די צה״ל־סאָלדאַטן, און דערפֿילט דעם „חיובֿ‟ צו העלפֿן פֿאַרטיידיקן די אײַנוווינערס פֿון ישׂראל.

אַפֿילו מיידלעך וואָס זענען נישט קיין געבוירענע ייִדן זענען אַ טייל פֿון אָט דער באַוועגונג. די 20־יעריקער אורה דזשין, למשל, איז געבוירן געוואָרן אין האַיִטי און האָט זיך, אין איינעם מיט דער מאַמען, מגייר געווען צו פֿערצן יאָר אין אַמעריקע. הײַנט איז זי אַ שומר־שבת, האַלט כּשר און טראָגט נאָר קליידלעך. נאָכן באַטייליקן זיך אין אַ ציוניסטישן סעמינאַר האָט זי גענומען קלערן וועגן עליה.

כאָטש זי האָט שוין געדינט איין יאָר לאַנג אין שירות לאומי (דאָס נאַציאָנאַלע דינסט) האַלט זי אַז דאָס וועט איר נישט קלעקן, און זי פּלאַנירט זיך צו פֿאַרשרײַבן אין דער אַרמיי, וואָס זי האַלט פֿאַרן בעסטן אופֿן צו געבן צו שטײַער, און זיך צוגעוווינען צו, דעם לעבן אין מדינת־ישׂראל.

געוויסע אינסטאַנצן האָבן זי שוין פּרטימדיק אויסגעפֿרעגט, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז זי איז טאַקע אַ ייִד, מסתּמא צוליב איר טונקעלער הויט. ווען זיי זעען איר איבערגעגעבנקייט, פֿאַרשטייען זיי, אַ פּנים, דעם כּוח פֿון איר ציוניזם. אורה האָפֿט צו געפֿינען אַ ישׂראלישן חתן און דאָרט דערציִען קינדער.

די הונדערטער מיידלעך זענען עולה מיט דער הילף פֿון „נפֿש בנפֿש“, דער ייִדישער אַגענטור, דעם „קרן־קימת־לישׂראל“, דעם „משׂרד הקליטה“ (דער מיניסטעריום פֿאַר אימיגראַנטן־אַבסאָרבירונג), און די „פֿרײַנד פֿון צה״ל“ אין אַמעריקע און פּאַנאַמע.

דער פּרעזידענט פֿון „נפֿש בנפֿש“ גיט צו פֿאַרשטיין, אַז די אָרגאַניזאַציע האַלט אָן אַ קשר מיט די אימיגראַנטן, און האָט דערזען אַ פֿאַרגרעסערונג אין דער צאָל פֿרומע מיידלעך וואָס ווילן עולה זײַן און דינען אין אַרמיי. האָט די אָרגאַניזאַציע זיך אונטערגענומען צו העלפֿן די מיידלעך בעסער זיך אײַנגלידערן אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/201879/american-orthodox-girls-serving-in-the-idf/#ixzz4WQU9bVX7