ווי באַוווּסט, האָבן מיליאָנען אַמעריקאַנער און מענטשן איבער דער וועלט מקבל־פּנים געווען די נײַע אַדמיניסטראַציע פֿון פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ מיט פּראָטעסטן, מאַרשן און דעמאָנסטראַציעס.
אונטערן טיטל „פֿרויענמאַרש‟ האָט מען אויפֿן הויפּטמאַרש אין וואַשינגטאָן שבת, דעם 21סטן יאַנואַר, זיך אַנטקעגנגעשטעלט טראָמפּס בולטן און וווּלגאַרן סעקסיזם. פֿרויען און פֿעמיניסטישע מענער צוגלײַך, טראָגנדיק ראָזעווע היטעלעך, האָבן מאַרשירט און געהערט אינספּירירנדיקע רעדעס און אויפֿטרעטונגען פֿון אַזעלכע פּערזענלעכקײטן ווי דער דאָקומענטאַריסט מײַקל מאָר, און די פּאָפּ־זינגערינס מאַדאָנאַ און אַלישיאַ קיז.
מיט 2 טעג פֿריִער איז אין ניו־יאָרק אָרגאַניזירט געוואָרן אַ מאַסן־פֿאַרזאַמלונג פֿאַר טראָמפּס בנין אין קאָלומבוס־סירקל, וווּ 30 טויזנט מענטשן האָבן אויסגעדריקט זייער טיפֿן באַדױער װאָס טראָמפּ קומט פֿון ניו־יאָרק, װי אױך זייער זאָרג פֿון זײַן פּאָליטיק. צווישן די רעדנער האָבן אויפֿגעטראָטן די אַקטיאָרן ראָבערט דע ניראָ און אַלעק באָלדווין, דער מעיאָר ביל דע בלאַזיאָ, און ווידער — מײַקל מאָר, דער אָרגאַניזאָטאָר פֿון דער פֿאַרזאַמלונג, וואָס האָט פּראָקלאַמירט „אַ ווידערשטאַנד פֿון הונדערט טעג‟ קעגן טראָמפּ.
דער הויכפּונקט איז געווען סטואַרט אַפּעלבאַומס רעדע. אַפּעלבאַום, אַ יוניאָן־פֿירער שוין לאַנגע יאָרן, האָט באַגײַסטערט די מאַסן מיט זײַנע אינספּירירנדיקע ווערטער: „חבֿרים, שוועסטער און ברידער, דער פּרעזידענט מעג זיך מאָרגן בײַטן, אָבער אונדזערע ווערטן וועלן זיך נישט ענדערן! אַלע אַרבעטענדיקע פֿרויען און מענער, אַלע מענטשן דאַרפֿן באַהאַנדלט ווערן מיט כּבֿוד, יושר, און רעספּעקט, ס׳מאַכט נישט אױס װער ס׳איז דער פּרעזידענט. און מיר וועלן באַקעמפֿן יעדן פּרוּוו זיי אָפּצוזאָגן!‟
דזשעני באַדנער פֿאַלקאָן, אַ זשורנאַליסטקע וואָס האָט אויך געאַרבעט אין ישׂראל, זאָגט מיר אויף דער פֿאַרזאַמלונג אַז וואָס עס טוט זיך איצטער אין אַמעריקע איז ממש אַ פֿאַרס. „אין פֿאַרגלײַך מיט טראָמפּ זעט אַפֿילו ביבי נתּניהו אויס ווי אַ גוטער און נאָרמאַלער,‟ האָט זי באַמערקט. לויט מײַן אייגענער מיינונג איז דער מצבֿ אין ישׂראל שוין אויך געוואָרן אַ פֿאַרס, מיט ביביס דאָמינירונג איבער דער מעדיע און די לעצטע סקאַנדאַלן. נישט צופֿעליק זענען טראָמפּ און ביבי די בעסטע חבֿרים…