דער וויטעבסק־געבוירענער שלמה זאַנוול ראַפּאָפּאָרט — בעסער באַקאַנט ווי ש. אַנ־סקי — האָט זיך פֿאַרנומען מיט פֿאַרשידענע זאַכן: געווען אַ פֿאַרלעגער, אַ דראַמאַטורג און אַ רעפּעטיטאָר.
צום בעסטן איז ער באַקאַנט פֿאַר זײַן פּיעסע „דער דיבוק‟ און ווי דער אָנפֿירער פֿון דער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע איבער די שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע, וואָס האָט אומדירעקט אינספּירירט די פּיעסע.
ווי אַ צאָל אַנדערע זאַמלער אין אייראָפּע און אַמעריקע, איז אַנ־סקיס אינטערעס צום ייִדישן פֿאָלקלאָר געווען פֿאַרבונדן מיט זײַן איבערגעגעבנקייט צום „פֿאָלקיזם‟: ער האָט באַטראַכט די ייִדיש־רעדנדיקע פֿאָלקסמענטשן אין די שטעטלעך און דערפֿער ווי אַ שליסל צו שאַפֿן אַ נײַע וועלטלעכע אידענטיטעט, צוגעמאָסטן צו די שטאָטישע רוסישע ייִדן, אַזוי ווי ער איז אַליין געווען.
אין איינעם מיטן קינסטלער און פֿאָטאָגראַף סאָלאָמאָן יודאָווין און דעם מוזיקאָלאָג און קאָמפּאָזיטאָר יואל ענגעל און אַנדערע, האָט מען דורך די עקספּידיציעס געזאַמלט בערך 1,500 פֿאָלקס־מעלאָדיעס, 1,800 פֿאָלקס־מעשׂיות, 500 וואַקסענע צילינדערס פֿון קלאַנג־רעקאָרדירונגען — און הונדערטער פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס אַ סך פֿון זיי זענען אַרויסגעלאָזט געוואָרן אינעם באַנד, Photographing the Jewish Nation: Pictures From S. An-sky‘s Ethnographic Expeditions
דער גרויסער ציל פֿון אַנ־סקיס פּראָיעקט — אַז די געזאַמלטע מאַטעריאַלן זאָלן מיט דער צײַט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ מוזיי פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר — איז קיין מאָל נישט מקוים געוואָרן צוליב דעם אויסברוך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. אָבער אַ דאַנק יענע זאַמלער, קען מען הײַנט אָנקוקן די אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס, און דערבײַ זען ווי ס׳האָט אויסגעזען די אַמאָליקע ייִדישע וועלט אין מיזרח־אייראָפּע.