דער פּוילישער מיניסטעריום פֿאַר דער נאַציאָנאַלער קולטור־ירושה האָט לעצטנס אונטערגעשטיצט די באַנײַונג פֿון 21 היסטאָרישע ייִדישע מצבֿות אינעם אַלטן ייִדישן בית־עולם אין וואַרשע. די מצבֿות האָט געשאַפֿן דער באַרימטער קינסטלער אַבֿרהם אָסטזשעגאַ, וואָס איז דערמאָרדעט געוואָרן אין טרעבלינקע אין 1942.
צווישן די 21 מצבֿות געפֿינט מען דעם „אוהל־פּרץ‟, וואָס איז אויך באַקאַנט אויף פּויליש ווי „דער אוהל פֿון די דרײַ שרײַבער‟. דער אוהל איז דער רואָרט פֿון די שרײַבער יצחק לייבוש פּרץ, יעקבֿ דינעזאָן און ש. אַנ־סקי. אַחוץ דעם „אוהל־פּרץ‟ האָט מען אויך רעסטאַוורירט די מצבֿות פֿונעם העברעיִש־ייִדישן שרײַבער אורי ניסן גנעסין און דעם פֿאַרלעגער און פּעדאַגאָג יעקבֿ־מאיר קרינסקי.
באַנאַנד מיט דער באַנײַונג שטעלט מען צו אַ מאַפּע פֿון די מצבֿות, וואָס אַבֿרהם אָסטזשעגאַ האָט געשאַפֿן. מע האָט אָפּגעמערקט דעם סוף פֿון דער רעמאָנט־אַרבעט מיט אַ ספּעציעלער אָנדענק־צערעמאָניע וואָס איז פֿאָרגעקומען אויפֿן 75סטן יאָרטאָג פֿון דער טרויעריק־באַרימטער וואַנזע־קאָנפֿערענץ, אויף וועלכן מע האָט אָפֿיציעל באַשלאָסן צו פֿאַרטיליקן אַלע ייִדן אין אייראָפּע. בעת דער צערעמאָניע האָט דער פּוילישער קולטור־מיניסטער פּיאָטר גלינסקי דערקלערט: „מיר ווילן סימבאָליש אונטערשטרײַכן דעם דאָזיקן אויסערגעוויינטלעכן שאַפֿער פֿון קונסט, וועמען די נאַציס האָבן אויף אייביק אָפּגעשטעלט די מעגלעכקייט אַז ער זאָל ווײַטער אַנטוויקלען זײַנע טאַלאַנטן.‟
דער אַלטער בית־עולם אין וואַרשע איז איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע בית־עלמינס אויף דער וועלט. אַחוץ די אויבן־דערמאָנטע שרײַבער און פֿאַרלעגער האָט מען דאָרטן מקבר געווען דעם דעם רבֿ נפֿתּלי צבֿי יהודה בערלין, באַקאַנט ווי דער „נצי״בֿ‟ (באַערדיקט 1893), אליעזר לודוויק זאַמענהאָף (1917), דער אויסטראַכטער פֿון „עספּעראַנטאָ‟, די אַקטריסע אסתּר רחל קאַמינסקאַ (1925), דעם שאַך־מײַסטער אַלכּסנדר פֿלאַמבערג (1926), דעם היסטאָריקער מאיר באַלאַבאַן (1942) און דעם קעמפֿער אין וואַרשעווער געטאָ און בונדישן אַקטיוויסט מאַרעק איידלמאַן (2009).
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/202106/peretzs-mausoleum-restored/#ixzz4X5SETd6Q