יעדן יאַנואַר און פֿעברואַר פֿאַרשרײַבן זיך אַ סך אַמעריקאַנער אין גימנאַסטיק־זאַלן כּדי אָפּצונעמען וואָג ווי אַ טייל פֿון זייער „נײַ־יאָר רעזאָלוציע‟. בײַ ייִדן טרעפֿט דאָס גיכער נאָך פּסח, נאָכן עסן אַכט טעג לאַנג אָן אַ שיעור מצה־מאכלים, און אויך נאָך סוכּות און חנוכּה, ווען מע עסט זיך פּשוט אָן איבער דער זעט. טאַניאַ ראָזען, אַ 35־יעריקע נערונג־ספּעציאַליסטקע אין ברוקלין, האָפֿט צו העלפֿן די פֿרומע ייִדן אין דעם פּרט.
אַרום 70 פּראָצענט פֿון טאַניאַ ראָזענס קליענטן זענען אָרטאָדאָקסישע ייִדן, ווי זי אַליין. זי האָט אָנגעהויבן איר פֿירמע אין יאָר 2005 מיט דרײַ אָנגעשטעלטע. הײַנט פֿירט זי אָן מיט פֿינעף פֿיליעס אין פֿרומע געגנטן אין ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי: מאָנסי, וויליאַמסבורג, באָראָ־פּאַרק און לייקוווּד, און האָט שוין 53 אַרבעטערס. זי פּלאַנירט צו עפֿענען נאָך דרײַ לאָקאַלן אין משך פֿון די קומעדיקע פֿיר ביז זעקס וואָכן, און פֿאַרמאָגט אויך אַ גימנאַסטיק־זאַל.
דאָס וואָס זי איז אַליין אַ פֿרומע איז וויכטיק פֿאַר אירע קליענטן ווײַל זיי זוכן עמעצן וואָס פֿאַרשטייט זייער לעבן־שטייגער. ס׳איז שווער צו פֿאַרלירן וואָג ווען מע עסט גרויסע מאָלצײַטן אום שבת און יום־טובֿ; אָדער מאַכן געניטונגען אין גימנאַסטיק־זאַל, אויב מע וויל זיך אָנטאָן צניעותדיק. בײַ פֿרויען איז שווער צו בלײַבן דאַר אויב מע שווענגערט אָפֿט.
מענדל זינגער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון עפּידעמיאָלאָגיע בײַם קייס־וועסטערן־רעזערוו־אוניווערסיטעט אין קליוולאַנד (אָהײַאָ) האָט געפֿאָרשט פֿעטלײַביקייט בײַ תּלמידים אין די ייִדישע טאָגשולן און האָט אַנטדעקט אַז קינדער אין אַזוינע ישיבֿות — בפֿרט די חרדישע — זענען אָפֿטער פֿעטלײַביק ווי ענלעכע קינדער אין נישט־אָרטאָדאָקסישע שולן. צו־ביסלעך הייבן די פֿרומע קרײַזן אָן אַרײַנצוברענגען געזינטערע מאכלים אין זייער דיעטע און מע געפֿינט הײַנט אַ סך מער כּשרע קאָכביכער און אַרטיקלען וואָס הייבן אַרויס די וויכטיקייט פֿון באַלאַנסירטע דיעטעס.
טניה ראָזען האָט לעצטנס אײַנגעפֿירט אויפֿן מעניו אין פֿיר כּשרע רעסטאָראַנען געשמאַקע, געזונטע מאכלים, ווי וויקל־שניטקעס (wraps) מיט ציגנקעז, מאַרינירטן טונפֿיש, און געבראָטענעם לאַקס.
צווישן אירע פּראָגראַמען: זי גיט די באַטייליקטע ספּעציפֿישע זעקסוואָכיקע מעניוען, וואָס נעמען אַרײַן די מאָלצײַטן לכּבֿוד שבת און יום־טובֿ. אַזוי ווייסן די קליענטן פּונקט וואָס און וויפֿל צו עסן. דער צײַטפּלאַן שטעלט צו פֿיר ברירות צו יעדן מאָלצײַט, למשל, הינדלפֿלייש מיט רײַז, פֿיש מיט אַ געבאַקענעם קאַרטאָפֿל, אָדער אַ וויקל־שניטקע מיט טונפֿיש און גרינסן. איין מאָל אַ וואָך קומט דער קליענט אַרײַן כּדי זיך לאָזן אָפּוועגן, און אַרומרעדן די מניעות און מעגלעכע מאָדיפֿיקאַציעס צו דער פּראָגראַם.
ראָזען פֿאַרקויפֿט אויך אַ גאַנצע ריי פּראָדוקטן „מיט טאַניאַס הסכּמה“, אַרײַנגערעכנט מאָפֿינס, זופּן און 09־קאַלאָריקע חלה־בולקעלעך.
אין איר גימנאַסטיק־זאַל באַטייליקט מען זיך אין קלאַסן פֿון פּילאַטעס און זומבאַ, ווי אויך אינדיווידואַליזירטע טרעניר־סעסיעס.
ראָזען, אַ מאַמע פֿון פֿיר קינדער, אַרבעט פֿון זיבן אין דער פֿרי ביז האַלבער נאַכט, און ענטפֿערט תּמיד אויף טעקסטלעך פֿון אירע קליענטן, אָבער מאַכט יעדן אָוונט אַ הפֿסקה כּדי צו פֿאַרברענגען מיט דער משפּחה. זי האַלט אַז איר דיסציפּלין שטאַמט פֿון די קינדער־יאָרן. די טאָכטער פֿון רוסישע עולים, איז זי צו צען יאָר געקומען מיט דער משפּחה קיין אַמעריקע און זינט דעם עלטער פֿון צוועלעף אָדער דרײַצן האָט זי געאַרבעט ווי אַ קינדהיטער אָדער אין אַ ביוראָ.
כאָטש זי מײַדט אויס סטאַטיסטיקעס וועגן אירע הצלחות זאָגט זי אַז ווער נאָר סע פֿאָלגט איר פּלאַן — סײַדן מע האָט מעדיצינישע צרות און מוז באַהאַנדלט ווערן פֿון אַ דאָקטער — נעמט אָפּ וואָג.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/202243/kosher-workouts-and–calorie-challahs/#ixzz4XeJN4S4i