Upscale Israeli Hotels Designed For New Moms and Babies

630 333

אינעם פֿאָיע פֿונעם אומגעוויינלעכן האָטעל זיצט מען אויף לעדערנע סאָפֿעס און דער אָנגעשטעלטער בײַם אײַנשרײַבטיש איז אָנגעטאָן אין אַן עלעגאַנטן שוואַרצן קאָסטיום. אין עסצימער גרייט מען צו לוקסוסדיקע בופֿעטן באַלאָדן מיט פֿרוכטן, אָרטיקע קעזן, מאַרינירטע מאַסלינעס און פֿרישן פֿיש.

אין דעם 26־צימערדיקן האָטעל געפֿינט מען פּוכענע קישנס מיט גלאַנציקע קאַכלען און עלעגאַנטע טואַלעטזאַכן, און ס׳איז אַזוי פּאָפּולער אַז כּמעט יעדן טאָג איז אין גאַנצן פֿול. אין יעדן צימער לעבן אין תּענוג יונגע מאַמעס, און בײַ דער זײַט — אַ באַסינעטל מיט אַ נײַ־געבוירן קינד.

אָט דאָס איז „בייבי ליס“, אַ פּריוואַטער האָטעל וואָס שטייט אַ טיר לעבן אַ טיר מיטן תּל־אָבֿיבֿער שפּיטאָל איכילאָוו. די איינציקע קונים פֿונעם האָטעל: געווינערינס מיט זייערע נײַ־געבוירענע עופֿעלעך. אין ישׂראל געפֿינען זיך הײַנט פֿיר אַזוינע האָטעלן, וואָס זיי זענען באַקאַנט אויף עבֿרית ווי „מילונית“.

מדינת־ישׂראל האָט זייער אַן אייגנאַרטיקן צוגאַנג צום האָבן קינדער. אַלע מאַמעס זענען באַרעכטיקט אויף דרײַ חדשים באַצאָלטן מאַמע־אורלויב און אַ נײַ געזעץ האָט שוין אויך אײַנגעפֿירט אַ טאַטע־אורלויב.

פֿאַר אַזוינע מאַמעס וואָס זיי קענען אויספֿירן מער פֿון דעם, שטייט מען אײַן עטלעכע נעכט נאָכן האָבן אַ קינד אין אַזאַ „בייבי‟־האָטעל. די האָטעלן צילעווען צו לאָזן די נײַע מאַמעס זיך אויסשפּאַנען און אויסשלאָפֿן איידער מע פֿאָרט אַהיים און סע הייבט זיך אָן די אמתע אַרבעט פֿון זײַן אַ מאַמע.

אַ געווינערין מיט איר נײַ־געבוירן קינד, אינעם האָטעל „בייבי ליס‟

COURTESY OF BABY LIS
אַ געווינערין מיט איר נײַ־געבוירן קינד, אינעם האָטעל „בייבי ליס‟

די דרײַ אַנדערע האָטעלן זענען דער הדסה־קימפּעט־האָטעל, אויפֿן קאַמפּוס פֿונעם שפּיטאָל הדסה־עין־קרם אין ירושלים; „בייבי אסף“, אָנגעפֿירט פֿונעם מעדיצינישן צענטער „אסף־הרופא“ אין צריפֿין; און „שבֿאָ־בייבי“, אויפֿן ערשטן גאָרן פֿונעם אָבסטרעטיק־אָפּטייל אינעם מעדיצינישן צענטער חיים שבֿאָ אין תּל־השומר.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/202329/upscale-israeli-hotels-designed-for-new-moms-and-b/#ixzz4YPnmZwkg