דעם 15טן טאָג אין יאַנואַר 2017, י״ז טבֿת 5777, בין איך, אַ מאַמע פֿון דרײַ דערוואַקסענע זין, סוף־כּל־סוף, געוואָרן אַ באָבע.
דעם נאָמען פֿונעם ייִנגעלע האָבן די נײַע טאַטע־מאַמע קיינעם נישט געוואָלט אויסזאָגן ביזן ברית, אַזוי ווי עס פֿירט זיך בײַ ייִדן. דערפֿאַר, ווען דער ראַבינער האָט געמאָלדן, אַז עס הייסט עליע־מרדכי, האָבן מײַן מאַן לייבל און איך זיך שטאַרק דערפֿרייט, ווײַל מרדכי האָבן געהייסן אונדזערע ביידנס טאַטעס.
און איצט האָט מען מיך שוין אָנגעהויבן פֿרעגן: „נו, ווי ווילסטו אַז דײַן אייניקל זאָל דיך רופֿן?‟ כאָטש איך האָב נאָך צײַט צו באַשליסן (ס׳רובֿ קינדער הייבן נישט אָן צו רעדן ביז זיי זענען אַלט אַרום 18 חדשים) האָב איך שוין אָנגעהויבן קלערן: ווי אַ ייִדישיסט וויל איך, אַוודאי, אַז דאָס קינד זאָל מיך רופֿן „באָבע‟, אָבער אַפֿילו דאָס האָט פֿאַרשידענע וואַריאַנטן: באָבע, באַבע, און דאָ איך אַמעריקע — באָבי אָדער באַבי.
מײַנע חסידישע באַקאַנטע זאָגן מיר, אַז אין זייערע קרײַזן רופֿט מען זי „באַבי‟, מיט אַ פּתח־אַלף. בײַ די „ישיבֿישע‟ [אָדער „ליטווישע‟] ייִדן איז מער פֿאַרשפּרייט „באָבי‟, מיט אַ קמץ־אַלף. אַפֿילו אין מײַן אייגענער משפּחה זענען געווען ביידע נוסחאָות. דער טאַטע האָט געניצט אַ פּתח־אַלף [די באַבע ליפֿשע], אָבער אַלע אייניקלעך האָבן פֿאָרט געזאָגט „באָבע‟ אָדער „באָבי‟.
צום באַדויערן, הער איך אָפֿט פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע פֿרויען, אַז זיי ווילן דווקא נישט אַז די אייניקלעך זאָלן זיי רופֿן „באָבע‟ ווײַל ס׳קלינגט צו אַלט־פֿרענקיש. איך האָב אָבער אַ חשד, אַז אפֿשר זאָרגן זיי גיכער, אַז עס קלינגט „צו ייִדישלעך‟. רופֿט מען זיי מיטן העברעיִשן טיטל „סבֿתּא‟ אָדער סתּם אויף ענגליש. און דאָס זעט מען אַפֿילו בײַ די מאָדערן־פֿרומע. מיט עטלעכע יאָר צוריק, למשל, האָב איך איין שבת אין דער פֿרי באַגעגנט עטלעכע באַקאַנטע מײַנע, אַן אָרטאָדאָקסישן רבֿ און רביצין אין די זיבעציקער; ביידע — אַמעריקאַנער געבוירענע, וואָס קענען ייִדיש פֿון די קינדער־יאָרן. זיי האָבן געהאַלטן אין מיטן שפּאַצירן מיט זייערע אייניקלעך.
פּלוצלינג דערהער איך פֿון איינעם פֿון די קינדער: „גרענמאַ!‟ און איך זע ווי די רביצין לויפֿט צו צו אים. כ׳בין געבליבן שטיין אַ פּריטשמעליעטע. „גרענמאַ?‟ האָב איך זי געפֿרעגט. „אַזוי רופֿן דיך די אייניקלעך? נישט ׳באָבי׳?‟
„אַבסאָלוט נישט!‟ האָט זי געענטפֿערט מיט אַ האַלב־זיך־וויצלענדיקן דראַמאַטישן טאָן. „׳באָבע׳ דערמאָנט מיך תּמיד אין מײַן אייגענער באָבען ע״ה, אַן אַלטיטשקע וואָס האָט געלעבט ממש אין אַן אַנדער וועלט, און זיך קיין מאָל נישט צוגעפּאַסט צום לעבן דאָ אין אַמעריקע. איך בין בפֿירוש נישט קיין ׳באָבע׳.‟
און זי איז נישט די איינציקע. ווי עס זעט אויס, האָט דער טיטל „באָבע‟ שוין אָנגענומען נעגאַטיווע אַסאָציאַציעס, פּונקט אַזוי ווי אַנדערע ייִדישע טערמינען פֿון פֿרויען (די „ייִדישע מאַמע‟, „שוויגער‟, אאַז״וו). ווי די רביצין האָט אַליין געזאָגט, איז דער טיטל „באָבע‟ אַ זכר פֿון אַ פֿריִערדיקער תּקופֿה, און דערפֿאַר דאַרף מען צוטראַכטן אַ „הײַנטצײַטיקן‟ טיטל פֿאַר מאָדערנע געבילדעטע פֿרויען.
ס׳העלפֿט מסתּמא נישט וואָס אין דער ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר זעען מיר אויך נעגאַטיווע אַסאָציאַציעס מיטן וואָרט „באָבע‟ ווי, למשל, די מכשפֿה אין אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס אָפּערעטע „די כּישוף־מאַכערין‟, וואָס הייסט די באָבע יאַכנע, און די באָבע וואָס „גייט אַ קאָזיק‟ אין מאַרק וואַרשאַווסקיס ליד „די מיזינקע אויסגעגעבן‟ — אַן אימאַזש וואָס דאַרף אַרויסרופֿן געלעכטער, ווײַל באָבעס דאַרפֿן, אַ פּנים, זיצן שטיל און בכּבֿודיק, און נישט מאַכן קיין פֿיזישע שטיק „ווי די מענער‟.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/202055/call-me-bubbeh/?p=all#ixzz4b4JmVhxa