שוין עטלעכע יאָר שטעלט דער „ייִוואָ‟־אינסטיטוט אַרויף אויף זײַן וועבזײַט רעקאָרדירונגען פֿון זײַן 15־מינוטיקער ראַדיאָ־פּראָגראַם, וואָס איז טראַנסמיטירט געוואָרן אויף דער „פֿאָרווערטס‟׳ ראַדיאָ־סטאַנציע WEVD פֿון 1963 ביז 1976. פֿון די דיגיטאַליזירטע רעקאָרדירונגען באַקומט מען אַ זעלטענע געלעגנהייט צו הערן ווי אַמאָליקע ייִדישע שרײַבער און געלערנטע האָבן גערעדט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, קולטור און געשיכטע אויף אַ נאַטירלעכן און געבילדטן ייִדיש, וואָס מע הערט זעלטן־ווען הײַנט.
לעצטנס האָט דער „ייִוואָ‟ אַרויפֿגעשטעלט אַן אויסצוג פֿון אַ רעפֿעראַט, וואָס דער גרויסער ייִדישער פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטיין האָט געהאַלטן דעם 2טן יוני 1968 אויף אַ קאָנפֿערענץ געווידמעט דעם 50סטן יאָרצײַט פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים. אין זײַן רעפֿעראַט דערקלערט גלאַטשטיין אַז מענדעלע איז באמת געווען דער ערשטער ייִדישער שרײַבער וואָס האָט זיך באַצויגן צו זײַן אַרבעט ווי אַ קינסטלער אינעם מאָדערנעם זין פֿון וואָרט. ער גיט צו, אַז מענדעלע האָט באַטראַכט ייִדיש און העברעיִש ווי גלײַכע שפּראַכן, נאָר ער האָט געהאַלטן, אַז זיי זאָלן שפּילן באַזונדערע ראָלעס — ייִדיש זאָל דינען ווי די „וואָכעדיקע שפּראַך‟ און העברעיִש — ווי די „שבתדיקע‟.
גלאַטשטיין גיט זײַן מיינונג, אַז יעדער ייִדישער קינסטלער מוז זײַן אַ מין פּובליציסט וואָס באַשרײַבט די ווירקונגען פֿון דער פּאָליטישער רעאַליטעט אויף זײַן דור. ער דערקלערט, למשל, אַז מענדעלעס ראָמאַן „די טאַקסע‟ האָט געשילדערט די עקאָנאָמישע שוועריקייטן פֿון ייִדן אין דער צאַרישער אימפּעריע אין אַ צײַט, ווען די וועלט האָט געהאַלטן אין איין בײַטן. וועגן „פֿישקע דער קרומער‟ האַלט גלאַטשטיין, אַז מענדעלע האָט געשאַפֿן אַ העלד, וואָס איז געווען אַ מין דאָן־קיכאָט, נאָר „וואָס האָט וואַריִיִרט אויף אַ ייִדישן שטייגער‟ און געזונגען אַ „געזאַנג פֿון ייִדישער אומהאַהאָלפֿנקייט‟.
כּדי צו הערן די רעקאָרדירונג באַזוכט: