120 Years of the Forverts: The Hindenburg Disaster

735 601

שבת, דעם 6טן מײַ, פֿאַלט אויס 80 יאָר זינט דעם גרויסן אומגליק פֿונעם דײַטשישן צעפּעלין (אַ מין לופֿטשיף) „הינדענבורג‟, וואָס האָט זיך אויפֿגעריסן בײַם לאַנדן אין לייקהיורסט, ניו־דזשערזי, אומברעגנדיק דערבײַ 35 מענטשן אויף דער שיף און איין מענטש אויף דער ערד. אין קינאָ־טעאַטערס איבער דער וועלט האָט מען באַוויזן אַ פֿילם פֿון דער טראַגעדיע, בײַנאַנד מיט זייער אַן אויפֿטרייסלנדיקן היסטאָרישן ראַדיאָ־באַריכט פֿון הערבערט מאָריסאָן, אין וועלכן דער רעפּאָרטער וויינט און שרײַט: „אוי די מענטשלעכקייט‟ בײַם זען די טראַגעדיע. דער פֿילם און דער ראַדיאָ באַריכט האָבן גורם געווען אַז מענטשן האָבן אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו האָבן צוטרוי צו דער זיכערהייט פֿון די לופֿטשיפֿן.

ביז דער טראַגעדיע האָבן ס׳רובֿ מענטשן נאָך געהאַלטן, אַז די לופֿטשיפֿן וועלן אפֿשר באַזיגן די עראָפּלאַנען ווי דער וויכטיקסטער פֿליִענדיקער טראַנספּאָרט־מיטל. ווי עס ווערט דערקלערט אינעם לאַנגן אַרטיקל (איבער 1,800 ווערטער), וואָס איז דערשינען אינעם „פֿאָרווערטס‟ דעם טאָג נאָך דער קאַטאַסטראָפֿע, איז דער אויפֿרײַס פֿונעם באַרימטן צעפּעלין געווען אַ ריזיקער קלאַפּ פֿאַר דײַטשלאַנד. די לופֿטשיף, מיט זײַנע האַקנקרייצן אויף דער זײַט, איז געווען ממש אַ סימבאָל פֿון דעם נאַצישן רעזשים און זייער „קלוגשאַפֿט‟ בײַם שאַפֿן לופֿטשיפֿן, וואָס האָבן משמעות ניט געקענט קראַכן אָדער צעשטערט ווערן.

ווי די גרעסטע ייִדישע צײַטונג אויף דער וועלט האָט דער „פֿאָרווערטס‟ געדאַרפֿט איבערגעבן די מענטשלעכע טראַגעדיע און באַשרײַבן פֿאַר די לייענער די גרויליקע סצענע, און אויך איבערגעבן די ווירקונג וואָס דער אינצידענט וועט האָבן אויף דעם נאַצישן רעזשים, וואָס איז שוין געווען צו יענער צײַט די הויפּט־שׂונא פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. כאָטש דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אויף זייער אַן ערנסטן און פּראָפֿעסיאָנעלן אופֿן איבערגעגעבן די שרעקלעכע טראַגעדיע, דערקענט מען יאָ אינעם באַריכט אַ ביסל שאָדנפֿרייד, בפֿרט ווען מע גיט איבער דעם אופֿן ווי אַזוי דער צעפּעלין איז געפֿלויגן אַ לאַנגע צײַט איבערן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון ניו־יאָרק, וווּ מענטשן האָבן געזען זײַנע „פֿאַרהאַסטע סוואַסטיקע־צייכנס‟, וואָס זענען אַ פּאָר שעה נאָך דעם פֿאַרברענט געוואָרן בעת דעם אומגליק בײַם לאַנדן.

אָט זענען עטלעכע אויסצוגן פֿונעם אַרטיקל וועגן דער „הינדענבורג‟־טראַגעדיע, וואָס איז דערשינען דעם 7טן מײַ 1937.


צעפּעלין „הינדענבורג‟ עקספּלאָדירט

שיף פֿאַרברענט; 21 טויט, 12 פֿעלן, 64 געראַטעוועט

לייקהיורסט, נ. דזש, מײַ 6 —

די ריזיקע דײַטשע צעפּעלין־לופֿטשיף „הינדענבורג‟ איז דאָ הײַנט, 7:23 אין אָוונט, פֿאַרניכטעט געוואָרן פֿון פֿלאַמען אין אַן אויפֿרײַס, אין וועלכן עס זײַנען אומגעקומען מער ווי אַ דריטל פֿון אירע פּאַסאַזשירן און מיטגלידער פֿון דער מאַנשאַפֿט.

11 אַזייגער אין אָוונט, ווען די נײַעס ווערט אָפּגעשיקט, האָט זיך אײַנגעגעבן אַרויסצוקריגן פֿון אונטער דער צעברענטער שיף די טויטע קערפּערס פֿון 21 פּאַסאַזשירן און מאַטראָסן. 12 אַנדערע פֿעלן אויס. צווישן די 64, וואָס האָבן זיך אַרויסגעראַטעוועט פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע, געפֿינען זיך 20 פּאַסאַזשירן און 44 מיטגלידער פֿון דער מאַנשאַפֿט.

אַ גרויסע צאָל פֿון די וואָס האָבן זיך געראַטעוועט זײַנען אַזוי פֿאַרוווּנדעט געוואָרן און אַזוי צעברענט געוואָרן אין די פֿלאַמען, אַז מע האָט זיי געמוזט אָפּפֿירן אין דערבײַיִקע האָספּיטאַלס.

דער אומגליק האָט פּאַסירט אין דעם מאָמענט, ווען די שיף האָט געהאַלטן אין לאַנדן אויף דעם לופֿטפֿעלד, אין איר ערשטער רײַזע דעם יאָר פֿון בערלין, דײַטשלאַנד.

[…]