דעם 22סטן מײַ איז אין דער שטאָט זשאַפּאָראָזשיע, אוקראַיִנע, געשטאָרבן אין דער בכּבֿודיקער עלטער פֿון 95 יאָר, דער לעגענדאַרער ייִדיש־טוער אַבֿרהם גענדלער, באַקאַנט אויף רוסיש ווי אַרקאַדי גענדלער, אַ מחבר און זינגער פֿון אייגענע לידער אויף ייִדיש, ווי אויך אַ פֿאָלקלאָר־פֿאָרשער און לערער.
גענדלער איז געבוירן געוואָרן אינעם בעסאַראַבער שטעטל סאָראָקע. בעסאַראַביע, איצט מאָלדאָווע, איז געווען און בלײַבט, אין אַ געוויסער מאָס, איינער פֿון די ראַיאָנען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ ייִדיש איז געבליבן אַ פֿאַרשפּרייטע לעבעדיקע שפּראַך במשך פֿון דער גאַנצער סאָוועטישער תּקופֿה. הײַנט איז סאָראָקע אַ געגנט אין קעשענעוו, די הויפּטשטאָט פֿון מאָלדאָווע.
בעת דעם חורבן האָט גענדלער געדינט אין דער סאָוועטישער אַרמיי; ווען ער האָט זיך אומגעקערט פֿונעם פֿראָנט, האָט ער אויסגעפֿונען, אַז זײַן משפּחה איז כּמעט אינגאַנצן אויסגעשאָכטן געוואָרן. אינעם סאָוועטישן פּעריאָד, האָט ער געאַרבעט ווי אַן אינזשעניר־כעמיקער. אין 1992, האָט גענדלער, זײַענדיק שוין אַ פּענסיאָנער, אָנגעהויבן פֿירן ייִדיש־לימודים מיט די תּלמידים פֿון דער שול „אָרט־אַלף‟ אין זאַפּאָראָזשיע.
זײַענדיק גאָר אַן ענטוזיאַסטישער מענטש, האָט גענדלער זיך כּסדר באַטייליקט אין פֿעסטיוואַלן פֿון כּל־זמרישער מוזיק אַרום דער וועלט און האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער הײַנטצײַטיקער אַנטוויקלונג פֿונעם זשאַנער. אין 2001 האָט ער רעקאָדרירט אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע, זײַן ערשטן מיזיקאַלישן אַלבאָם „מײַן שטעטעלע סאָראָקע‟, אין וועלכן ס׳איז אַרײַן אַ פֿריִער אומבאַקאַנט ליד פֿון איציק מאַנגער. שפּעטער האָט ער אַרויסגעגעבן נאָך עטלעכע אַלבאָמען מיט אייגענע און ווייניק־באַקאַנטע ייִדישע לידער. דער „צענטער פֿון ייִדישער בילדונג אין אוקראַיִנע‟ רעקאָמענדירט גענדלערס לערן־מאַטעריאַלן פֿאַר ייִדיש־תּלמידים אין די אוקראַיִנישע און רוסלענדישע אַלגעמיינע שולן. אויף דער ייִדישער מוזיקאַלישער סצענע אַרום דער וועלט איז אָבער גענדלער מער באַקאַנט ווי אַ מוזיקער און מוזיק־מומחה.
גענדלער האָט געשפּילט אַ הויפּטראָלע אין דער אָרגאַניזאַציע פֿון די „קלעזפֿעסט‟־פֿעסטיוואַלן, וועלכע זענען לכתּחילה געגרינדעט געוואָרן אין רוסלאַנד, אינעם יאָר 1997, אונטערן נאָמען „קלעזקעמפּ‟ — אַ נאָמען נאָכן יערלעכן וואָך־לאַנגן קלעזמער־צוזאַמענפֿאָר אין צפֿון ניו־יאָרק. אַלכּסנדר פֿרענקעל, דער דירעקטאָר פֿונעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער, האָט איבערגעגעבן, אַז ווען מע האָט פֿאַרבעטן גענדלערן זיך צו באַטייליקן אין כּל־זמרישע אונטערנעמונגען, האָט מען צוערשט געמיינט, אַז ער איז סתּם אַ דורכשניטלעכער זינגער, אין פֿאַרגלײַך מיט אַזעלכע שטערן, ווי נחמה ליפֿשיץ — אַן אַנדער לעגענדאַרע פֿיגור, וואָס איז מיט אַ חודש צוריק אַוועק אויף יענער וועלט. באַלד האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן אָבער פֿאַרשטאַנען, אַז דער פֿריִער אומבאַקאַנטער באַשיידענער פּערסאָנאַזש איז אַן אוניקאַלער ענציקלאָפּעדישער אוצר פֿון ייִדישער מוזיק.
פֿרענקעל דערמאָנט זיך, אַז אינעם יאָר 2012 איז גענדלער ווידער אָנגעקומען קיין פּעטערבורג — זײַענדיק שוין אַ 90־יאָריקער זקן, באַגלייט מיט אַ קראַנקן־שוועסטער. צוערשט האָט זיך די אָרגאַניזאַטאָרן געדאַכט, אַז צו פֿאַרבעטן אַזאַ אַלטן זינגער איז אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער געדאַנק. בעת דעם קאָנצערט האָט זיך גענדלער וווּנדערלעך ווידער פֿאַרוואַנדלט אין אַן ענערגעטישן מוזיקער.
איין מאָל, אין די 2000ער יאָרן, איז ער געפֿאָרן פֿון אוקראַיִנע קיין פּעטערבורג אויף אַ קאָנצערט. פֿרענקעל האָט אים דעמאָלט געפֿרעגט, צי ער האָט געהערט אַהרן לעבעדעפֿס ליד „פּעטראָגראַד‟. גענדלער האָט זיך גלײַך דערמאָנט, אַז „אין די 1930ער יאָרן פֿלעגט מען אַזאַ ליד זינגען‟. אין צוויי שעה אַרום, האָט ער זיך דערמאָנט די ווערטער, אַחוץ אַ פּאָר שורות; אַנשטאָט זיי האָט ער צוגעטראַכט אַן אייגענעם נוסח. אַזוי אַרום איז דאָס לאַנג פֿאַרגעסענע ליד, נאָך 70 יאָר, ווידער אויפֿגעלעבט געוואָרן; לעבעדעף האָט עס געזונגען אין 1927. עס בלײַבט אַ רעטעניש, ווי אַזוי אַ סאָוועטישער ייִד האָט געקענט אַ ווייניק באַקאַנט אַמעריקאַנער ווערק, וואָס מע האָט געזונגען אויף בראָדוויי, ווען ער איז דעמאָלט בלויז געווען אַ קליין קינד. אויף וויפֿל מע ווייסט, איז עס דאָס איינציקע ליד אויף ייִדיש וועגן פּעטערבורג; די שטאָט האָט געטראָגן דעם נאָמען פּעטראָגראַד פֿון 1914 ביז 1924.
מאָטל גאָרדאָן, אַ יונגער פּעטערבורגער ייִדישיסט, דערמאָנט זיך, אַז גענדלער איז געווען אַ זעלטענער מוסטער פֿון אַן ענטוזיאַסטישן דערציִער. למשל, ווען ער האָט געאַרבעט ווי אַ לערער אין זײַן זאַפּאָראָזשיער שול, האָט ער צוגעטראַכט אַ ספּעציעלע סיסטעם פֿון גימנאַסיק־טערמינאָלאָגיע אויף ייִדיש מיט גראַמען, כּדי צו פֿאַרוואַנדלען פֿיזישע געניטונגען אין טשיקאַווע שפּראַך־לימודים. זײַן ייִדיש איז געווען גאָר אַ גוטער, הויך ליטעראַרישער, הגם צומאָל פֿלעגט ער אויסמישן די כּלל־שפּראַך מיט זײַן היימיש בעסאַראַבער „טאָטע־מאָמע־לשון‟. דאָס האָט אָבער דווקא צוגעגעבן אַן אויטענטישן טעם צו זײַנע לימודים.
אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע זינגער און ייִדיש־טוער פֿונעם עלטערן דור ווי נחמה ליפֿשיץ, האָט גענדלער אַלע מאָל געקאָנט זיך צונויפֿרעדן מיט דער יונגט און אַפֿילו קליינע קינדער. ווי אַ מענטש מיט גאָר אַ שאַרפֿן זכּרון און אַן ענערגישער לעבעדיקער נאַטור, האָט זיך אים אײַנגעגעבן גרינג אויסצובויען „בריקן‟ צווישן דעם עלטערן דור נאַטירלעכע ייִדיש־רעדער און יונגע שפּראַך־ענטוזיאַסטן.
מיט 13 יאָר צוריק האָט דער יונגער ייִדישע פּאָעט ישׂראל נעקראַסאָוו, בשותּפֿות מיט מיר, אַרויסגעגעבן אין רוסלאַנד דעם ערשטן נומער פֿונעם זשורנאַל „דער נײַער פֿרײַנד‟, וווּ ס׳איז דערשינען אַן אינטערוויו מיט גענדלערן. דעמאָלט האָט דער לערער און זינגער איבערגעגעבן, אַז זײַן שול אין זאַפּאָראָזשיע איז דער איינציקער מלוכישער בילדונג־אַנשטאַלט אויפֿן גאַנצן שטח פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ די קינדער האָבן אָפֿיציעל שטודירט ייִדיש. אויף דער פֿראַגע, צי ער גלייבט אין דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין אוקראַיִנע, האָט דער שפּראַך־ענטוזיאַסט געענטפֿערט, אַז „מע דאַרף אַרבעטן, אַרבעטן און אַרבעטן‟, כּדי צו דערציִען נײַע דורות ייִדיש־רעדער. „מײַן לעבנס־ציל איז איצטער דאָס ווידערגעבוירן פֿון ייִדיש און פֿון דער ייִדישער קולטור, און איבערהויפּט — די ייִדישע שפּראַך.‟
לויט די אוקראַיִנישע געזעצן, איז ייִדיש אין דער מלוכישער רשימה פֿון אָרטיקע נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן. צום באַדויערן, איז דער מצבֿ פֿון דער שפּראַך אינעם דאָזיקן לאַנד ווײַט נישט פֿויגלדיק. הגם פֿאַראינטערעסירטע עלטערן קאָנען, אין טעאָריע, אָרגאַניזירן מלוכיש־סובסידירטע ייִדיש־קלאַסן, וווינען אין אוקראַיִנע בלויז אַ קנאַפּע צאָל ייִדיש־לערער. אויף דער וועבזײַט פֿון דער זאַפּאָראָזשיער גימנאַזיע „אָרט־אַלף‟ שטייט געשריבן, אַז מע לערנט דאָרטן נאָך אַלץ ייִדיש. למעשׂה, האָט גענדלער שוין לאַנג אָפּגעשטעלט דאָרטן זײַנע לימודים צוליב זײַן שוואַכן געזונט־מצבֿ.
די שטאָט זאַפּאָראָזשיע איז אַ באַשמוצטער צענטער פֿון מאַשין־, בויערײַ־ און כעמישער אינדוסטריע, וווּ עס וווינען הײַנט בלויז אַ קליינע צאָל ייִדן. צום מערסטן איז צווישן די היסטאָרישע ייִדישע תּושבֿים פֿון זאַפּאָראָזשיע, מסתּמא, באַרימט דער קלאַסישער העברעיִשער פּאָעט שאול טשערניכאָווסקי. דער ערשטער אוקראַיִניש־סאָוועטישער אָלימפּישער טשעמפּיאָן איז געווען יעקבֿ פּונקין — אויך אַ זאַפּאָראָזשיער ייִד. אַזוי אין אַ סך אַנדערע שטעט, קאָנקורירן די אָרטיקע ליובאַוויטשער חסידים מיט די וועלטלעכע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט די „אָרט‟־גימנאַזיע. כמעט אַלע ייִדן אין זאַפּאָראָזשיע זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן בעת דעם חורבן. ס׳איז אַ חידוש, אַז אין אַזאַ שטאָט, ווײַט פֿון די אַמאָליקע וועלט־באַרימטע ייִדישע שטעטלעך, האָט גענדלער דורכגעפֿירט אַ גאַנץ געראָטענע אינטערנאַציאָנאַלע קאַמפּאַניע פֿון ייִדיש־אַקטיוויזם.
די ירושה פֿון גענדלערס טעטיקייט לעבט ווײַטער — אי אויף די רחבֿותן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, אי אויף דער גאַנצער וועלט, בפֿרט צווישן די ליבהאָבער פֿון דער כּל־זמרישער מוזיק. אַ סך באַקאַנטע מוזיקער באַטראַכטן אים ווי זייער „רבי‟.
צום טייל אַ דאַנק אים, זענען רוסלאַנד און אוקראַיִנע געבליבן וויכטיקע וועלט־צענטערס פֿון ייִדיש־פֿאָרשונגען. מיט עטלעכע יאָר צוריק, למשל, האָט דער פּעטערבורגער ייִדישער קהילה־צענטער אַרויסגעגעבן דער פֿילם „פֿרייען זיך איז גוט‟, וווּ גענדלער זינגט די זעלטענע לידער פֿון זײַן לאַנדסמאַן זייליק־לייב באַרדיטשעווער. עד־היום ציט דער פֿילם צו אַ קליינעם, אָבער ממשותדיקן שטראָם פֿון יונגע ענטוזיאַסטן.
כּבֿוד זײַן אָנדענק!