דער ייִדישער קריטיקער י. י. טרונק האָט געהאַלטן, אַז די ייִדישע פֿאָלקס־נשמה באַשטײט פֿון צװײ העלפֿטן. אײן העלפֿט איז פֿאַרקערפּערט אין דער געשטאַלט פֿון טבֿיה דער מילכיקער, די צװײטע — אין מנחם־מענדל.
די צווייטע העלפֿט קען מען איצט בפֿירוש זען אױפֿן עקראַן אינעם פֿילם „נאָרמאַן: דער באַשײדענער אויפֿקום און טראַגישע מפּלה פֿון אַ ניו־יאָרקער מאַכער“ פֿונעם אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקן רעזשיסער יוסף סעדאַר. דער הױפּט־העלד, נאָרמאַן אָפּענהײמער, געשפּילט דורך ריטשאַרד גיר, איז אַ ניו־יאָרקער „פֿיקסער“, אַ גילגול פֿון מנחם־מענדל אינעם אײן־און־צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. ער איז אַן עכטער לופֿטמענטש, װאָס האָט ניט קײן װױנאָרט, עסט כּמעט גאָר נישט, און איז תּמיד פֿאַרטאָן אין זוכן געשעפֿטן. דערבײַ איז ניט קלאָר, װאָס פֿאַר אַ פּראָפֿיט איז דערין פֿאַר אים אַלײן. נאָרמאַן איז אַ מעקלער לשמה, אַן אײביקער ייִדישער טיפּ, אָדער פּינקטלעכער — אַ סטערעאָטיפּ.
מיט װאָס האַנדלט דער הײַנטיקער מנחם־מענדל אין ניו־יאָרק? אַװדאי מיט ישׂראל! אַמעריקע בכּלל און אַמעריקאַנער ייִדן בפֿרט פֿירן אַ סך געשעפֿטן מיט מדינת־ישׂראל, און עס איז תּמיד פֿאַראַן אַ געלעגנהײט פֿאַר אַ געניטן מעקלער צו כאַפּן אַ מציאה, צונױפֿשדכנען אַ פּאָר פֿאַראינטערעסירטע קליִענטן. אָבער װי עס פּאַסט פֿאַר אַ ריכטיקן מנחם־מענדל, איז נאָרמאַן אַ שרעקלעכער לא־יוצלח. ער דרײט זיך כּסדר אַרום גבֿירים און פּאָליטיקער, זוכנדיק מיט אַ ליכט עפּעס אַ געשעפֿט, אָבער קײנער װיל ניט האָבן צו טאָן מיט אים — ביז אײן טאָג שפּילט אים צו דאָס מזל.
לכתּחילה זעט עס אויס װי נאָך אַ דורכפֿאַל, אָבער על־פּי־נס, אין עטלעכע יאָר אַרום, װערט זײַן „אינװעסטיציע“ באַלױנט מיט פּראָצענט. דער פֿילם לאָזט אַרױס געװיסע פּרטים און היפּט איבער פֿון אײן טײל צום צווייטן, אָבער בהדרגהדיק װערט די גאַנצע מעשׂה קלאָר. די לאָגיק פֿון מנחם־מענדלס סיפּור־המעשׂה שוועבט דורך זיסע חלומות צו דעם לעצטגילטיקן, ביטערן סוף. כאָטש מע קען זען נאָרמאַנס מפּלה ווי אַ מין גאולה, איז עס, אין תּוך אַרײַן, ניט מער װי אַ חלום.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/204312/norman-menakhem-mendl-in-manhattan/?p=all#ixzz4imCjF5Qe