די וואָך ברענגען מיר אײַך דאָס ליד „אין מײַן שטעטל‟, אויך באַקאַנט ווי „בײַ דעם שטעטל‟, געזונגען פֿון לאָרין סקלאַמבערג אויפֿן קינדער־קאָמפּאַקטל „די גרינע קאַטשקע‟, אַרויסגעגעבן אין 1997 פֿון דער אָרגאַניזאַציע Living Traditions. דאָס ליד האָט אָנגעשריבן דער בעסאַראַבער שרײַבער זלמן ראָזענטאַל (1892 — 1959), וועלכער האָט אָפֿט צוגעגעבן פֿאָלקס־מעלאָדיעס צו זײַנע קינדער־לידער.
צווישן אַנדערע זינגערס האָט משה אוישער דאָס ליד רעקאָררירט אין די 1950ער יאָרן אין זײַן רומעניש־ייִדישן סטיל, וואַס האָט געפּאַסט פֿאַר דער מעלאָדיע. אוישער האָט אין דעם ליד צוגעגעבן דעם נאָמען פֿון זײַן אייגענער טאָכטער, פֿריידעלע, וועלכע איז אויך געוואָרן אַ באַקאַנטע זינגערין.
אין מײַן שטעטל
אין מײַן שטעטל שטייט אַ שטיבל
מיט אַ גרינעם דאַך,
און אַרום דעם שטיבל וואַקסן
ביימעלעך אַ סך.
און מײַן טאַטע מיט מײַן מאַמע,
פֿריידעלע מיט מיר,
שוין אַ לאַנגע צײַט מיר וווינען
דאָרטן אַלע פֿיר.
פֿאָרט מײַן טאַטע אויף ירידן
אַלע יאָרן זײַנע,
ברענגט דער טאַטע אונדז מתּנות,
שיינע זאַכן פֿײַנע.
ברענגט אַ לאָשיקל וואָס הירזשעט,
מיטן נאָמען מוציק,
און אַ הינטעלע וואָס האַווקעט,
מיטן נאָמען צוציק.
ברענגט אַ קאַטשקעלע וואָס געגעט,
קלאָר און ווײַס ווי שניי.
און אַ הון וואָס קוואָקעט, קוואָקעט,
ביז זי לייגט אַן איי.
און מײַן מאַמע נעמט די אייער,
אוי איז דאָס אַ מופֿת!
זעצט אַרויף די הון אויף זיי,
האָט זי קליינע עופֿות.
ברענגט אַ צאַפּ אַ שוואַרץ און חושך,
שאָקלט מיטן בערדל.
שפּאַנט מען אײַן דעם צאַפּ אין וועגל,
ווערט פֿון אים אַ פֿערדל.
און מײַן טאַטע מיט מײַן מאַמע,
פֿריידעלע מיט מיר,
שוין אַ לאַנגע צײַט מיר לעבן
גליקלעך, אַלע פֿיר!
Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/205525#ixzz4pOio2gkG