עס מאַכט ניט אויס וווּהין מע איז געפֿאָרן דעם זומער, צי אין ניו־יאָרק, צי אין תּל־אָבֿיבֿ אָדער אַפֿילו אין מאָסקווע, האָט מען געהערט אויף שריט און טריט דאָס „רעגעטאָן‟־ליד „דעספּאַסיטאָ‟ (אויף שפּאַניש: פּאַמעלעך) פֿון לויִס פֿאָנזי און דעדי־יענקי. דאָס ליד, פֿון די פּאָפּולערסטע אין דער מענטשלעכער געשיכטע, האָט מען געזען 3 ביליאָן מאָל (יאָ, מיט אַ „ב‟) אויף יוטוב און איז געוואָרן דאָס פּאָפּולערסטע ליד אויף דער „בילבאָרד‟־רשימה אין 47 לענדער.
ווי עס גייט דאָס ווערטל: „ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך‟. „דעספּאַסיטאָ‟ האָט מען שוין איבערגעזעצט אויף העברעיִש, סײַ אין אַ בוכשטעבלעכן נוסח וואָס האַלט דעם גאַנץ גראָבן באַטײַט פֿונעם שפּאַנישן אָריגינאַל, סײַ אין אַ פֿרומען נוסח מיט אַן אַשכּנזישער הבֿרה, וואָס פּאַסט זיך גוט צו צום פֿאַרכאַפּנדיקן ריטעם פֿונעם „רעגעטאָן‟־ליד פּסוקים און אַנדערע הייליקע ווערטער.
לעצטנס קען דער פֿרומער ייִדיש־רעדנדיקער עולם אויך געניסן פֿון זײַן אייגענעם „דעספּאַסיטאָ‟: געזונגען דורך קלמי שוואַרץ און פּראָדוצירט דורך עטלעכע ריזן פֿון דער הײַנטיקער חסידישער מוזיק, באַזינגט דער ייִדישער נוסח די איבערלעבונגען אין אומאַן, וווּ צענדליקער טויזנטער ייִדן קומען זיך צונויף יעדן ראָש־השנה צו גיין אויף קבֿר־אָבֿות צום בראַצלעווער.
מוזיקאַליש איז דאָס ייִדישע ליד אויסערגעוויינטלעך. די ווערטער פּאַסן זיך פּערפֿעקט צו צום ריטעם אויף אַזוי ווײַט, אַז עמעצער וואָס האָט ניט געהערט לויִס פֿאָנזי און דעדי־יענקיס אָריגינעל ליד קען מיינען אַז דער ייִדישער נוסח איז די „עכטע סחורה‟ און אַז דווקא די „רעגעטאָן‟־זינגער האָבן עס נאָכגעמאַכט.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/206120/despacito-in-yiddish-but-about-uman/#ixzz4tRMRxn3I