מיט צען יאָר צוריק האָט יצחק לודען געשריבן אַן אַרטיקל אין „דווקא — אַ העברעיִשע צײַטשריפֿט וועגן ייִדיש (וואָס איך האָב רעדאַקטירט און אַזוי האָבן מיר זיך טאַקע באַקענט). דער טיטל איז געווען: „גן־עדן איז געווען אַ קורציעריקע”, און די טעמע — מעדעם־סאַנאַטאָריע, וואָס איז לויט לודענס דעפֿיניציע געווען אַ קינדער־רעפּובליק. „די רעפּובליק האָט געדאַרפֿט דערציִען די קינדער צו ווערן אַחריותדיק, אומאָפּהענגיק, צו טאָלערענץ און צו טראַכטן פֿאַר זיך אַליין, און צו דערוועקן אין זיי אַ נײַגעריקייט צו זייער אייגענער סבֿיבֿה און צו דער גרויסער וועלט”.
אין אָט די ווערטער קאָן מען אויך דעפֿינירן יצחק לודען, דער לאַנגיאָריקער קאָלומניסט פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ וואָס איז ניפֿטר געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת, דעם 4טן נאָוועמבער אין גבֿעתיים, אַ פּאָר טעג נאָך זײַן 95 געבוירן־טאָג. לודען איז געווען אַ פּרי פֿון דער אָ גן־עדן: ער איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע דעם 22סטן אָקטאָבער 1922 — אינעם זעלבן טאָג פֿון דער גרינדונג פֿון „ייִדישן אַרבעטער בונד”. אַליין איז ער געווען אַ תּלמיד פֿון דער ציש״אָ־שול און אַ מיטגליד אין „סקיף” און „צוקונפֿט” — די יוגנט־אָרגאַניזאַציעס פֿון „בונד”. לודען איז געבליבן געטרײַ זײַן דערציִונג און זײַן אייגענעם וועג, אויך נאָך דעם ווי ער איז אַוועק פֿון פּוילן קיין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אין דער צײַט פֿון דער קריג. ווען ער האָט זיך אומגעקערט קיין פּוילן, און דער עיקר — ווען ער איז געקומען אין מדינת־ישׂראל, און געבראַכט צוזאַמען מיט אים דעם גײַסט פֿון „בונד”. דאָ איז ער טאַקע געוואָרן איינער פֿון די אָנפֿירערס פֿון דער באַוועגונג ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן, און מע קען אפֿשר זאָגן, אַז ער איז געווען דער סאַמע לעצטער בונדיסט אין ישׂראל.
ווי לודען האָט אַליין געשריבן, קאָנען געזונטע קינדער־יאָרן — מיט די דרײַ למ״דן: לופֿט, ליכט און ליבע — שאַפֿן אַ פֿעסט לעבן. אפֿשר צוליב די גײַסטיקע וויטאַמינען וואָס לודען האָט באַקומען ווי אַ קינד האָט ער געהאַט די כּוחות צו פֿירן זײַן לעבן מיט אַ בונדישער אמונה, און נישט נאָר פֿאַר זיך אַליין. ווען מיר האָבן זיך באַקענען, שוין אין די 2000 יאָרן, איז ער שוין געווען ווײַט פֿון די קינדעריאָרן, און פֿון דעסט וועגן האָט ער מיר אויסגעזען ווי אייביק יונג: מיט זײַן בטחון אינעם מענטש, מיט זײַן תּמימות און נײַגעריקייט, זײַן ברען און טאָלערענץ, און דערצו מיט דער ליכט אין זײַנע בלויע אויגן.
און אויך מיט זײַן בונדיסטישער עקשנות — דאָס האָט אים געהאָלפֿן אין זײַן יסורים־וועג — אין די יאָרן פֿונעם צווייטן וועלטקריג, און להבֿדיל — אין די מלחמות וואָס ער האָט געפֿירט אין ישׂראל — אַ ייִדישיסט צווישן העברעיִסטן, אַ טראָפּ בונדיסט אין אַ ים ציוניסטן אאַז״וו. ער איז געוואָרן אַ זשורנאַליסט אין „לעצטע נייעס” און דערנאָך אין „פֿאָרווערטס‟, און דערצו רעדאַגירט דעם „לעבנס־פֿראַגן” — דעם בונדיסטישן זשורנאַל, וואָס איז דערשינען ביז אַפּריל 2014. אַ חוץ זײַנע אָנצאָליקע אַרטיקלען האָט ער פּובליקירט דרײַ ביכער: „פֿון חלום צו שלום”, וועגן מצרים און ישׂראל, „פּערל פֿון גן עדן” וועגן קונסט, און „אין געיעג פֿון מאָמענטן” — אַן אויסקלײַב פֿון זײַנע אַרטיקלען, וואָס איז אַרויס אין יאָר 2009. זײַן סטיל איז תּמיד געווען אינעם ייִנגסטן סטיל פֿון ייִדישן זשורנאַליזם — פּשוט, קלאָר, מיט אַ וויזיע פֿון אַ שענערער בעסעכער וועלט אָבער אויך סאַרקאַסטיש. מע האָט געזען אין זײַן שרײַבן אַ שטאַרקן חוש פֿאַר פֿרײַע געדאַנקען, נישט געקוקט אויף זײַן געטרײַשאַפט צו צו די בונדישע פּריניציפּן.
אַ דאַנק זײַנע יונגע כּוחות און איבערגעגעבנקייט צו דער געשיכטע האָט ער ממשיך געווען זײַן טעטיקייט אין „אַרבעטער־רינג”. דאָס אַלץ האָט אויך כאַראַקטעריזירט זײַן פֿאַראָבֿלטע משפּחה: די פֿרוי אסתּר און די טעכטער חנה און אורית. אַ חוץ זיי האָט ער תּמיד געזוכט יונגע כּוחות פֿאַר זײַן אַרבעט, כּדי עס זאָל זײַן אַ המשך. אַזוי איז חבֿר לודען בײַ מיר אויך געוואָרן אַן אמתער חבֿר, מײַן עלטסטער פֿרײַנד.
מיט אַ וואָך צוריק בין איך מיט ערן טורבינער, דער דירעקטאָר פֿון פֿילם „בונדאים” וואס לודען איז איינער פֿון די הויפּטהעלדן, געפֿאָרן קיין גבעתיים כּדי צו באַגריסן לודענען לכּבֿוד זײַן געבורטסטאָג. ער איז שוין געווען שוואַך. אָבער יונג איז דאָך יעדער ווער עס וויל נאָר — און זײַן ווילן איז געווען פֿעסט ווי תּמיד. ער האָט געשײַנט פֿון נחת ווען ערן האָט דערציילט וועגן זײַן נײַ־געבוירענעם זון, ווי ער וואָלט געווען אַ נײַער בונדיסט. דערנאָך האָט לודען געדרשנט וועגן דער וויכטיקייט אויסצושולן די אַרבעטער־מאַסן, און נישט נאָר קעמפֿן פֿאַר זייערע עקאָנאָמישע רעכט. די אַלע למ״דן זיינען אַלץ געווען בײַ אים — ליבע, לופֿט און ליכט — און עס האָט זיך געדאַכט אַז זיי קאָנען נאָך בלײַבן בײַ אים און בײַ אונדז. און אפֿשר קאָנען זיי טאַַקע יאָ בלײַבן — נאָר חבֿר לודען איז מער נישטאָ אָנצוווײַזן דעם וועג.
אָנדענק־אַקאַדעמיע לזכּרון יצחק לודען
בײַם לעבן האָט יצחק לודען געבעטן אַז מע זאָל נאָך זײַן טויט אַוועקגעבן זײַן גוף לטובֿת דער וויסנשאַפֿטלעכער פֿאָרשונג, איז דעריבער נישט פֿאָרגעקומען קיין לוויה.
פֿרײַטיק, דעם 10טן נאָוועמבער 2017, 11:00 אין דער פֿרי, וועט מען דורכפֿירן אַן אָנדענק־אַקאַדעמיע אין אַרבעטער־רינג אויף קאַלישער 48, תּל־אָבֿיבֿ. נאָך מער אינפֿאָרמאַציע קלינגט 035176764 די משפּחה זיצט שיבֿעה אין דער היים צווישן די שעהען 10:00 ביז 13:00 און צווישן 17:00 און 21:00.
Evento en memoria de Luden
El viernes 10 de noviembre a las 11 AM en las oficinas del Arbeter Ring en Kalisher 48, Tel Aviv.
La Shive se está realizando en su casa de las 10 AM a las 21 horas.
Visite: www.lebnsfragn.com