אַקטריסע סקאַרלעט דזשאָהאַנסאָן דערוויסט זיך אַז אירע קרובֿים זענען געווען אין וואַרשעווער געטאָ
מרים מרגלית פון דער משה העס־גאַס אין ירושלים, די טאָכטער פֿון משה און דבֿורה שלאַמבערג, האָט אָנגעשריבן אַזאַ בלאַט עדות. זי האָט געשריבן אַז דער טאַטע איז געווען אַ סוחר. וואָס שייך קינדער שרײַבט זי אַז טאַטע־מאַמע האָבן געהאַט 10 קינדער. אויף עבֿרית: מספר הילדים — 10.
צוויי קינדער, זלטה (זלאַטע) און מנדיל (מסתּמא מענדל) זענען געשטאָרבן אין דער וואַרשעווער געטאָ, האָט זי געשריבן. וווּ די אַנדערע זיבן, אין איינעם מיט טאַטע־מאַמע, זענען אומגעקומען האָט מרים מרגלית, לויטן דאָקומענט, שוין נישט געזען.
די דײַטשן האָבן פֿאַרשיקט דאָס רובֿ ייִדן פֿון דער וואַרשעווער געטאָ אויף זייער טויט קיין טרעבלינקע און מסתּמא איז דאָס געווען אויך דער גורל פֿון דער משפּחה שלאַמבערג.
פֿאַר וואָס דערמאָן איך עס הײַנט? ווײַל דער ברודער פֿון משה שלאַמבערג איז געווען דער עלטער־זיידע פֿון דער וועלט באַרימטער אַקטריסע, סקאַרלעט דזשאָהאַנסאָן, סקאַרלעט דזשאָהאַנסאָן האָט זיך דערוווּסט אַז אירע קרובֿים זענען געווען אין דער וואַרשעווער געטאָ אין דער פּראָגראַם Finding Your Roots. עס זעט אויס אַז קיינער דאָרט לייענט נישט קיין עבֿרית און האָט במילא איר נישט געזאָגט אז דער עלטער־זיידעס ברודער האָט געהאַט 10 קינדער; נישט נאָר די צוויי וואָס זענען געשטאָרבן אין די שרעקלעכע לעבנס באַדינגונגען פֿון דער געטאָ, נאָך פֿאַר דער פֿאַרשיקונג אין די אומברענג־לאַגערן.
מיט טרערן אין די אויגן האָט דזשאָהאַנסאָן געזאָגט אַז ס’איז איר שווער צו טראַכטן וועגן דעם אַז בשעת איר עלטער־זיידע שאול שלאַמבערג האָט פֿאַרקויפֿט באַנאַנעס אויף דער לאָדלעוו־גאַס אין מאַנהעטן, האָט זײַן ברודערס משפּחה געליטן שרעקלעכע יסורים אין דער וואַרשעווער געטאָ.
די באַרימטע שוישפּילערין האָט צוגעגעבן אַז דער טראַגישער גורל פון איר משפּחה אין פּוילן האָט נאָך מער פֿאַרשטאַרקט איר פֿאַרבינדונג מיט אירע וואָרצלען.