די פּובליקאַציע פֿונעם ראָמאַן „די מענטשן פֿון גאָדלבאָזשיץ” אין אַ מײַסטערישער איבערזעצונג פֿון יורדן פֿינקין איז זײער אַ צײַטיקע דערשײַנונג. דער אײנציקער ראָמאַן פֿונעם יונגן ייִדישן מחבר שאול פֿרידמאַן (1905–1942), װאָס האָט געשריבן אונטערן פּען־נאָמען לײב ראַשקין, איז אַרױס אין װאַרשע אין 1936 און איז באַערט געװאָרן מיט דער י. ל. פּרץ פּרעמיע אין 1938.
נאָכן חורבן איז דאָס דאָזיקע װיכטיקע װערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אָבער כּמעט װי פֿאַרגעסן געװאָרן. די איצטיקע פּובליקאַציע אױף ענגליש איז װיכטיק ניט בלױז װי אַ פֿאַרשפּעטיקטער מיטל אָפּצוגעבן כּבֿוד דעם אומגעקומענעם ייִדישן שרײַבער און װי אַ בײַטראָג צו דער װאַקסנדיקער ביבליאָטעק פֿון ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש. דאָס איז אַ ראָמאַן, װאָס מען מוז טאַקע איבערלײענען, כּדי בעסער צו פֿאַרשטײן דעם װעקטאָר פֿון דער אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישע ליטעראַטור פֿאַרן חורבן.
די האַנדלונג פֿונעם ראָמאַן קומט פֿאָר אין אַן אױסגעטראַכטן שטעטל גאָדלבאָזשיץ. זײַן פּראָטאָטיפּ איז געװען קוזמיר (קאַזימיערזש דאָלני), אַ בילדערישע פּױלישע שטאָט אױף דער װײַסל, װאָס איז פֿאַרבונדן מיט ראָמאַנטישע לעגענדעס. קוזמיר איז עד־היום באַליבט צװישן פּױלישע קינסטלער, װאָס זוכן דאָ די אױטענטישע אַטמאָספֿער פֿון אַלטן פּױלן. אין קוזמיר זײַנען פֿילמירט געװאָרן צװײ קלאַסישע ייִדישע פֿילמען, די מוזיקאַלע קאָמעדיע „ייִדל מיטן פֿידל” און די מיסטישע סימבאָליסטישע דראַמע „דער דיבוק”.
ראַשקינס ראָמאַן האָט גאָר ניט צו טאָן מיט אָט די צװײ פּאָפּולערע זשאַנערס. דאָס איז אַ שאַרפֿזיניק נאַטוראַליסטיש בילד פֿונעם ייִדישן מצבֿ אין פּױלן. ראַשקין מאַכט חוזק פֿונעם סענטימענטאַלן ראָמאַנטיזם אין אַן עפּיזאָד װוּ ער באַשרײַבט בילדער פֿון אַ פּױלישן קינסטלער׃ „לױט אַן אַלטער קאָנסערװאַטיװער געװױנהײט האָט טישקאָטשינסקי באַדעקט זײַנע אַקװאַרעלן מיט אַ גלאַנציקן גלאַזור. דאָ האָט זײ, די בילדער זײַנע, אױפֿן ערשטן בליק געמאַכט ביליק.” ראַשקינס כּװנה איז אױסצומײַדן אָט דעם „גלאַנציקן גלאַזור” אין זײַנע בילדער פֿונעם ייִדישן לעבן אין פּױלן.
ראַשקינס סטיל ציט זײַן ייִחוס פֿון מענדעלעס „פֿישקע דער קרומער”, דורך איטשע־מאיר װײַסנבערגס „אַ שטעטל” און װײַטער עוזר װאַרשאַװסקיס „שמוגליאַרס”. אַזױ װי װײַסנבערג און װאַרשאַװסקי, זעט ראַשקין דעם שורש פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן, מאָראַלישן און עקאָנאָמישן פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם ייִדישן שטעטל אין די פּאָליטישע איבערקערענישן פֿונעם אָנהײב צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, בעת די רוסישער רעװאָלוציעס און דער ערשטער װעלט־מלחמה. דער אױסקלײַב פֿונעם ראָמאַנטיש־אידילישן שטעטל קוזמיר שטעלט אַ קאָנטראַסט צװישן דעם אידעאַליזירטן אימאַזש פֿונעם שטעטל און דער נאַקעטער װירקלעכקײט.
שאול פֿרידמאַן איז אַליין געבױרן געװאָרן אין קוזמיר און האָט דאָ געאַרבעט אין אַ באַנק און אין אַנדערע געשעפֿטן. זײַן ראָמאַן האָט אַ היפּשע צאָל פּאַרשױנען, װאָס באַװײַזן זיך צומאָל פּלוצעם און דערנאָך פֿאַרשװינדן אױף אַ לאַנגער װײַלע. מעג זײַן, אַז ראַשקין האָט געשעפּט מאַטעריאַל פֿון זײַן אײגענער ביאָגראַפֿיע צו שילדערן דאָס געשטאַלט פֿון שמעון שיפֿריס, אײנעם פֿון די צענטראַלע פּערסאָנאַזשן פֿונעם ראָמאַן. שמעון איז אַ מין שטעטלדיקער אינטעליגענט, װאָס װערט צוגעצױגן צו דער פּױלישער קולטור אָבער האָט ניט קײן צוטריט צו דער פּױלישער געזעלשאַפֿט צוליב דעם הערשנדיקן אַנטיסעמיטיזם.
ראַשקינס סטיל איז ניט קײן לײַכטער. דער לײענער געפֿינט זיך אין דער סאַמע מיט פֿון אַ טומלדיקער פֿילשטימיקײט. די שטימען קריגן זיך, אַמפּערן זיך, דינגען זיך און טענהן אײנער קעגן דעם אַנדערן. דער דערצײלער איז צומאָל ניט זײער הילפֿיק מיט דערקלערן, װאָס עס קומט פֿאָר. ער לאָזט דעם לײענער אױפֿן אײגענעם באַראָט, מען זאָל באַקומען דעם עכטן טעם פֿונעם שטעטלדיקן הו־האַ. ראַשקין איז אַ פֿלײַסיקער אָנהײבער, װאָס לערנט זיך ליטעראַרישע טעכניק פֿון די גדולים פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. מען שפּירט אין זײַן סטיל השפּעות ניט נאָר פֿון דער נאַטוראַליסטישער שיטה, אָבער אױך פֿון פּרצעס איראָניע און בערגעלסאָנס אימפּרעסיאָניזם. חוץ דעם, קאָן מען דאָ דערקענען עלעמענטן פֿונעם אַמעריקאַנער „אינזיכיזם” מיט זײַן נטיה צו שילדערן אַ קאַלײַדאָסקאָפּ פֿון דער מאָדערנער װירקלעכקײט.
שאול פּרידמאַן איז אומגעקומען אין בריסקער געטאָ אין 1942, און „די מענטשן פֿון גאָדלבאָזשיץ” איז פֿאַרבליבן זײַן אײנציקער ראָמאַן. זײַן שאַרפֿער און געדיכטער סטיל, װאָס ברענגט צונױף דעם זאַפֿטיקן פּױלישן ייִדיש מיטן לשון־קודש און פּױליש, איז פֿאַרבליבן אָן יורשים אין דער ייִדישער ליטעראַטור נאָכן חורבן, װען דער דערצײלער איז געװאָרן אַ גאַנצער בעל־הבית איבער זײַן מעשׂה, װײַל זײַנע העלדן געפֿינען זיך שױן אױפֿן עולם־האמת. די פֿילשטימיקײט פֿונעם ייִדישן לעבנס־יריד איז אַנטשװיגן געװאָרן, און אַנשטאָט איר איז געקומען אַ מאָדערנער נוסח פֿון מעשׂה־בוך־זשאַנער. דאָס זעט מען בפֿירוש אין דער פּראָזע פֿון יצחק באַשעװיס, װעמענס ליטעראַרישער דעביוט איז צונױפֿגעפֿאַלן מיט ראַשקינס. באַשעװיסעס דערצײלער פֿירט דעם לײענער בײַ דער האַנט דורך דער װעלט, װאָס איז מער נישטאָ, און דערקלערט אים פּרטימדיק, װאָס און װען.
ביז לעצטנס האָט אַזאַ מין צוגאַנג אױך געהערשט אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור אױף ענגליש. דער דערצײלער האָט ניט געװאָלט אַנטפּלעקן ניט־שײנע טיפּן און אױפֿפֿיר אינעם ייִדישן לעבן. ערשט לעצטנס באַמערקט מען די טענדענץ צו װערן מער אױפֿריכטיק און קריטיש לגבי ייִדישע העלדן, װי למשל אין די ראָמאַנען פֿון יהושע כּהן. די ענגלישע איבערזעצונג פֿון ראַשקינס ראָמאַן קאָן דינען װי אַ ניצלעכער מוסטער פֿאַר אַזאַ מין שרײַבן, װאָס האָט ניט קײן מורא פֿאַר סתּירותדיקע העלדן און קאָמפּליצירטע סיטואַציעס, פֿאַר פּראָבלעמען, װאָס האָבן ניט קײן פּשוטע לײזונג, בפֿרט אַז די הײַנטיקע פּאָליטישע װירקלעכקײט ברענגט זײ פֿאַר אונדז כּמעט יעדן טאָג אױף די זײַטן פֿון די צײַטונגען.