הײַנט צו טאָג זענען (וועלטלעך אַרויסגעגעבענע) נײַע קינדערביכער אויף ייִדיש אַ זעלטענע דערשײַנונג. עס דאַכט זיך מיר, אַז די צאָל וועלטלעכע ייִדישע קינדערביכער וואָס זענען אַרויס הײַיאָר קען מען ציילן אויף די פֿינגער פֿון איין האַנט. די צאָל ייִדישע מעשׂה־ביכלעך פֿאַר קינדער וואָס זענען אַרויס אויף ייִדיש און שוועדיש אין איינעם — קען מען ציילן אויף איין פֿינגער.
הערנדיק וועגן אַזאַ אומגעריכטן, איין און אייציקן בוך, דערוואַרט מען אַוודאי עס זאָל האָבן אין זיך עפּעס אַ ספּעציעלן חן. „דאָס ניסעלע“ פֿון שׂרה שולמאַן און קאַרל קייעל — דאָס ערשטע ייִדיש־שוועדישע מעשׂה־ביכל וואָס איז ווען נישט איז אַרויס — אַנטהאַלט אַ שפּאָר ביסל באַזונדערע עלעמענטן, ווי אויך אַן אינטערעסאַנטע פּערזענלעכע געשיכטע.
„דאָס ניסעלע“ איז אַוודאי נישט די ערשטע שרײַבערישע פֿאַרבינדונג צווישן קינדער און ניס. קינדערשפּילן מיט ניס זענען שוין דורות לאַנג אַ פֿענאָמען אין דער ייִדישער טראַדיציע. אָבער אַ ניסל צו אַ ניסל אַיז נישט גלײַך, און אין דער אָפּשפּיגלונג פֿון דעם דאָזיקן פֿענאָמען אין „דאָס ניסעלע“ שטעקט אַן אָפּפֿרישנדיקע באַנײַונג: די מעשׂה האָט אין זיך טראַדיציאָנעלע עלעמענטן (אַן אייניקל הערט די מעשׂה פֿון איר באָבע, למשל) נאָר אויך שעפֿערישע אײַנפֿאַלן, און דאָס אַלץ ווערט באַגלייט מיט אַ קינסטלערישער מאָדערנער אילוסטרירונג. דער טעקסט אויף יעדן זײַטל ווערט געגעבן אויף ייִדיש, שוועדיש און אין דער לאַטײַנישער טראַנסקריפּציע. די אַלע גראַפֿישע, שפּראַכיקע און ליטעראַרישע עלעמענטן גיבן דעם לייענער אַ געפֿיל פֿון היימישקייט און טראַדיציע, און גלײַכצײַטיק — פֿאַרשיידנקײט און שעפֿערישקײט.
די געשיכטע פֿונעם ביכלס באַשאַפֿן ווערן איז אַליין אַ מעשׂה וואָס שפּיגלט אָפּ די צוויי פֿאַרשיידענע וועלטן. די מחברטע, שׂרה שולמאַן, איז אַ יונגע שוועדישע ייִדיש־אַקטיוויסטקע, וועלכע איז אויפֿגעוואַקסן מיט דער ייִדישער שפּראַך דורך אירע באָבע־זיידע, וואָס זענען געקומען קיין שוועדן פֿון פּוילן נאָכן חורבן. ייִדיש איז געווען איר טאַטנס מאַמע־לשון, און ווי אַ קינד האָט שׂרה זיך באַקענט מיט אַ ברייטער גאַמע ייִדישער ליטעראַטור. ספּעציעל זענען איר געפֿעלן געוואָרן באַשעוויסעס קורצע מעשׂיות פֿאַר קינדער. שׂרה האָט שטודירט ייִדיש אין ניו־יאָרק אַ פּאָר יאָר, און שפּעטער געאַרבעט אין שוועדן (וווּ ייִדיש איז אין יאָר 2000 געוואָרן אַן אָנערקענטע מינאָריטעט־שפּראַך) בײַ פּראָיעקטן וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדיש: אַ קורס אויף ייִדיש פֿאַר דעם דערציִונג־מיניסטעריום און ייִדישע אַנימאַציע־פֿילמעלעך פֿאַר דער שוועדישער טעלעוויזיע.
ווען שׂרהס עלטערע שוועסטער (אויך אַ ייִדיש־רעדערין) איז געוואָרן טראָגעדיק מיט איר ערשט קינד, האָבן זיי מיט אַ שמייכל זיך געפֿרעגט, ווי אַזוי אָנצורופֿן אָט דעם „פּראָיעקט“, און עס איז אויפֿגעקומען דאָס ייִדישע וואָרט „נוס“. דאָס עופֿעלע איז טאַקע געווען אַ קליין ניסל, וואַקסנדיק אין בויך, און „נוס“ אויף ייִדיש האָט געקלונגען זיס. ווען „נוס“ איז געבוירן געוואָרן האָט מען איר אַ נאָמען געגעבן „נעמי“, נאָר אַלע רופֿן זי ווײַטער „נוס“. אין צײַט פֿון דער שוועסטערס טראָגן, האָבן שׂרה און איר פֿרײַנד קאַרל, אַן אילוסטראַטאָר, אָנגעהויבן אַרבעטן איבער אַ בוך וועגן דעם, ווי אַזוי „נוס“ איז געקומען אויף דער וועלט. אינספּירירנדיק זיך אין יצחק באַשעוויס־זינגערס מעשׂיות האָבן זיי אַנטוויקלט אַ סיפּור־המעשׂה וועגן דעם, ווי אַזוי „ניסעלע“ איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון אַ צווײַג און אָנגעהויבן זוכן פֿרײַנד וואָס זאָלן לינדערן איר איינזאַמקייט.
שׂרהס זיידע פֿון פּוילן, מיט וועמען זי האָט זיך געפֿילט זייער נאָטענט, פֿלעגט תּמיד זאָגן אַז „אַ שטיין קען זײַן אַליין אָבער אַ מענטש — נישט“, און דאָס דאָזיקע ווערטל איז אויך אויסגעקריצט אויף זײַן מצבֿה. אַזוי ווי אָט דאָס ווערטל האָט באַגלייט שׂרהן און איר משפּחה במשך פֿון זייער גאַנץ לעבן, האָט שׂרה עס געוואָלט אַרײַנגעבן אין דער דערציילונג. אַן אַנדער טעמע וואָס שׂרה האָט אַרײַנגעוועבט איז אַ פֿאַרשפּרייט שוועדיש פֿאָלקס־גלייבעניש, אַז טראָגן מיט זיך אַ וועלשענע נוס אין קעשענע ברענגט מזל – שׂרה קען אַ סך מענטשן וואָס גייען אַרום מיט ניס אין די קעשענעס און ווייסן אַפֿילו נישט פּונקט פֿאַר וואָס זיי טוען עס. שׂרה האָט געוואָלט צוזאַמענברענגען שוועדיש מיט ייִדיש סײַ אין שפּראַך און סײַ אין געדאַנק.
דער רעזולטאַט פֿון אָט די אַלע עלעמענטן איז אַ זיס קינדערביכל מיט דערפֿאָלג אין שוועדן, אַ ביכל וואָס באַקענט אַ ייִנגערן עולם מיט דער ייִדישער שפּראַך. עס האָט אויך פּיאָנעריש אויסגעטראָטן דעם וועג פֿאַר נאָך ייִדיש־שוועדישע פּובליקאַציעס פֿאַר קינדער, אַזוי אַז בקרובֿ וועט מען קענען האָבן אַ פֿולע האַנט ייִדיש־שוועדישע ווערק פֿאַר קינדער.
דאָס ביכל איז אַרויס אין 2015 מיט דער הילף פֿון דעם שוועדישן קונסט־קאָמיטעט, דורכן Ruin־פֿאַרלאַג. מע קען אויך הערן „דאָס ניסעלע‟ פֿאָרגעלייענט אויף דער אינטערנעץ דורך אַ רעקאָרדירונג איניציִיִרט פֿונעם שוועדישן ראַדיאָ די לייענערס מיט קינדער וואָס זייער שוועדיש האַלט נאָך נישט אַזוי ווײַט וועלן זיך זיכער פֿרייען צו הערן אַז מע גרייט שוין צו אַ ייִדיש־ענגלישע איבערזעצונג פֿון דעם ביכל.
„דאָס ניסעלע“ האָט פֿאַרכאַפּט מײַן קליין ברודערל יאָסעלע פֿאַר וועמען איך האָב עס געלייענט – ער האָט זיך אַפֿילו געלערנט דורכן לייענען אַ וואָרט צי צוויי אויף שוועדיש! ס׳איז אָבער נישט בלויז פֿאַר קינדער. דער סיפּור־המעשׂה, די אילוסטראַציעס און די דרײַשפּראַכיקייט קענען זײַן פּונקט אַזוי אינטערעסאַנט און באַנײַעריש פֿאַר די דערוואַקסענע וואָס לייענען עס פֿאָר. ממש אַ בוך צום געניסן!
ווײַטערדיקע אינפֿאָרמאַציע און פֿרישע ידיעות וועגן „דאָס ניסעלע“ פֿון שׂרה שולמאַן און קאַרל קייעל קען מען געפֿינען אויף דעם פֿייסבוק־זײַטל פֿון דעם ביכל, דאָ . דאָס ביכל קען מען באַשטעלן דורך די דאָזיקע וועבזײַטלעך: https://www.adlibris.com/se/bok/noten-dos-nisele-jiddisch-9789188241023, https://www.bokus.com/bok/9789188241023/noten-dos-nisele