די אַלטע באַליבטע תּל־אַבֿיבֿ – די גאַסן, די קאַפֿעען, די הײַזער, דער ים־ברעג – דאָס איז דאָך אַלץ אַזוי היימיש, אַזוי באַקאַנט. תּל־אַבֿיבֿ מיט אירע באַוווּסטע מעשׂיות און לאָזונגען: זי איז די ערשטע העברעיִשע שטאָט, אַ שטאָט פֿון די זאַמדן, אַ שטאָט אָן אַן אויפֿהער, די ווײַסע שטאָט, דער קליינער עפּל און אַזוי ווײַטער און ווײַטער… אַיאָ?
אפֿשר נישט גענוי… היוֹת ווי איך אַרבעט ווי אַ וועגווײַזער און איך בין אויך אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישער קולטור, האָב איך דערפֿילט אַז עס פֿעלט עפּעס, אַז דאָס איז נאָר אַ טייל פֿון דעם תּל־אַבֿיבֿער וועזן, און אַז צווישן דעם זאַמד און די הײַזער פֿון דער העברעיִשער שטאָט באַהאַלט זיך אַ רײַכערע סוֹדותפֿולע געשיכטע.
כּדי צו דערציילן די געשיכטע פֿון תּל־אַבֿיבֿ פֿון אַ נײַעם קוקווינקל האָב איך געזוכט רײַזע־ביכער פֿון ייִדישע שרײַבערס וואָס האָבן באַזוכט תּל־אַבֿיבֿ אין דער ערשטער העלפֿט 20סטן יאָרהונדערט. האָב איך געפֿונען אַ סך אַזעלכע, ווײַל דער ייִדישער עוֹלם אַרום דער וועלט איז געווען נײַגעריק צו וויסן וואָס קומט פֿאָר אין ארץ־ישׂראל און די ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן האָבן געדאַרפֿט באַזאָרגן דעם לייענער מיט דער סחוֹרה. צווישן אָט די שרײַבער זענען געווען ציוניסטן, ייִדישיסטן, בונדיסטן און חרדים, אַ מאָל דערציילן זיי וועגן תּל־אַבֿיבֿ מיט התפּעלות און אויף אַן ענלעכן אוֹפֿן ווי די העברעיִשע שרײַבער, און אַ מאָל שרײַבן זיי מער קריטיש און זיי שפּיגלען אָפּ זײַטן פֿון תּל־אַבֿיבֿ וואָס געפֿינען זיך נישט בײַ אַנדערע מחברים.
למשל דער ענין פֿון ייִדיש אין תּל־אַבֿיבֿ – איז זי טאַקע געווען אַ לויטער העברעיִשע שטאָט, ווי מען רופֿט זי, “העיר העבֿרית”, אָדער דווקא אַ בּבֿל־טורעם פֿון כּלערליי שפּראַכן, צווישן זיי די שפּראַך פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע? אָט נעמט, למשל, יהוֹאשן, וועלכער איז געווען אין תּל־אַבֿיבֿ אין 1914. ער שרײַבט וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש אַזוי:
“ייִדיש איז דאָ טרייף ווי חזיר. רעדן ייִדיש אויף דער גאַס פֿאָדערט געוואַלדיקן מוט” (פֿון ניו־יאָרק ביז רחובֿות און צוריק, ז’ 158). אָבער דער הומאָריסט יוסף טונקעל, וואָס איז געווען אין תּל־אַבֿיבֿ אין יאָר 1931, שרײַבט גאַנץ אַנדערש: “דאָס באַוווּסטזײַן אַז די שטאָט איז דײַנע און די אײַנוווינער זענען דײַנע ייִדן און מיט אַלעמען קאָנסטו זיך צונויפֿרעדן. פּראָסט מאַמע־לשון – מאַכט דיך פֿילן אַזוי היימיש. […] דער אַפּטייקער, דער דענטיסט, דער סטרוזש, דער קאָנדוקטער, דער פּאָליציי־קאָמענדאַנט, דער באַנק־דירעקטאָר, אַפֿילו דער קעלנער אָדער דער פֿריזירער אָדער דאָס אַנגעשטעלטע פֿרײַלײַן אין שפּײַזקרעמל רעדן אויך צו דיר ייִדיש אויב דו דאַרפֿסט עס” (פֿאָרט אַ ייִד קיין ארץ־ישׂראל, ז’ 56).
וואָס איז דער אמת? מסתּמא זענען ביידע גערעכט. יהוֹאש שפּיגלט אָפּ די מלחמה קעגן ייִדיש אין תּל־אַבֿיבֿ, וואָס איז געווען אַ וויכטיקער טייל פֿון ציוניזם און פֿון לעבן אין תּל־אַבֿיבֿ; אָבער דער טונקעלער באַווײַזט אַז די געשיכטע איז מער קאָמפּליצירט, און אַז אַ שטאָט געבויט דער עיקר פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, קען נישט זײַן אין גאַנצן אָפּגעפֿרעמדט, נאָר זי איז אַ טייל פֿון דער ברייטער ייִדישער וועלט. מע קען זאָגן אַז בײַ דעם טונקעלן איז תּל־אַבֿיבֿ נישט קיין שטאָט אין ארץ־ישׂראל נאָר אַ שטאָט אין ייִדישלאַנד.
אַזוי קען מען דורך די נאַראַטיוון פֿון די ייִדישע שרײַבער אַנטדעקן די שפּאַלטן אין דער אָפֿיציעלער ציוניסטישער געשיכטע מכּוֹח תּל־אַבֿיבֿ. מע זאָגט אַז תּל־אַבֿיבֿ איז די ערשטע העברעיִשע שטאָט און אַז מע האָט זי געבויט פֿון די זאַמדן? קען מען דווקא זען, אַז תּל־אַבֿיבֿ איז אַ קוואַרטאַל פֿון דער אַראַבישער יפֿו און עס האָבן זי געבויט אַזוי גיך אין די 20ער און 30ער יאָרן די ייִדישע אימיגראַנטן און פּליטים פֿון פּוילן און דײַטשלאַנד, וואָס האָבן נישט געשטרעבט דווקא צו זײַן נײַע ייִדן אין אַ נײַ לאַנד מיט אַ נײַער שפּראַך, נאָר צו זײַן סתּם ייִדן אין אַ שטאָט וואָס זאָל זײַן ענלעך צו די שטעט פֿון אייראָפּע – וואַרשע, אָדעס, בערלין, אַ מין שוצשטאָט פֿאַר ייִדן.
און אַזאַ מין שטאָט אין וועלכער עס וווינען נאָר ייִדן – איז דאָס גוט, אָדער שלעכט? שלום אַש, וואָס האָט באַזוכט תּל־אַבֿיבֿ אין 1927, שרײַבט: “עס איז עפּעס אַ מאָדנע געפֿיל וואָס מען פֿילט ווען מען גייט אַזוי איבער די תּל־אַבֿיבֿער גאַסן און דו ווייסט, אַז פֿון איין עק שטאָט ביז צום אַנדערן ביסטו אַרומגערינגלט מיט ייִדן – ווי אין אַ שול, ווי אין אַ בית־מדרש: אַ בית־מדרש אויף דער גאַס. קאָנסט אַלץ טאָן, אַלץ זאָגן. כ’לעבן, עס האָט זיך מיר נישט איין מאָל געוואָלט פֿאַר זיך אַליין אַרויסרופֿן דעם נאָמען ‘זשיד’. עס האָט זיך מיר אַזוי פֿאַרבענקט נאָך דעם וואָרט און איך האָב מוֹרא געהאַט אַז עס זאָל נישט אויסגעמעקט ווערן פֿון לעקסיקאָן…” (געקליבענע ווערק, באַנד 2, ז’ 221).
דער טונקעלער שרײַבט אויף דער זעלבער טעמע אַזוי: “מען זאָגט: די וועלט – דאָס איז דער טייג און מיר, ייִדן, זענען די הייוון פֿון דער וועלט. און מיר האָבן שטענדיק מוֹרא געהאַט אַז אַ ריין ייִדישע, אַ הונדערט־פּראָצענטיקע ייִדישע שטאָט וועט אויסזען ווי אַ בולקע פֿון גאָלע הייוון און מע וועט עס נישט קענען נעמען אין מויל אַרײַן. תּל־אַבֿיבֿ איז אַ בולקע פֿון גאָלע הייוון און איך זאָג אײַך עס איז אַ מאכל מלכים”. (פֿאָרט אַ ייִד קיין ארץ־ישׂראל, ז’ 55).
אַ בולקע פֿון גאָלע הייוון? בענקען נאָך דעם וואָרט “זשיד”? מע קען באַלד זען אַז פֿאַר ביידע שרײַבער איז דער דאָזיקער מצבֿ אַ חידוש און זיי זענען בּכלל נישט זיכער אַז דאָס איז טאַקע אַן אידעאַלער מצבֿ. ס’איז אינטערעסאַנט דאָס צו לייענען בפֿרט הײַנט ווען ישׂראל פֿירט אַ כּסדרדיקע מלחמה קעגן די “פֿרעמדע” בײַ די גרענעצן און וויל זיי אַרויסטרײַבן…
אַ מער פּאָליטישע קריטיק קאָן מען לייענען בײַ וויקטאָר אַלטערן, פֿון די וויכטיקסטע פֿירערס פֿון בונד אין אומאָפּהענגיקן פּוילן, וועלכער איז געווען אויף אַ באַזוך אין תּל־אַבֿיבֿ אין 1924. ער האָט געשריבן וועגן דעם ייִדישן תּל־אַבֿיבֿ און דער אַראַבישער יפֿו אַזוי: “איך האָב נאָך נישט געזען אַז אויף איין טעריטאָריע זאָלן לעבן צוויי פֿעלקער אַזוי אָפּגעזונדערט און באַזונדער. ס’איז אַ מין קעגנזײַטיקע געטאָ. אַ ייִד וועט קיין מאָל נישט אַרײַנפֿאָרן אין אַן אַראַבישן האָטעל, אָדער אַן אַראַבער אין אַ ייִדישן. […] בלויז געציילטע ייִדן קענען רעדן אַראַביש און נאָר אַ פּאָר אַראַבער קענען העברעיִש” (דער אמת וועגן פּאַלעסטינע, ז’ 48).
איז פֿאַראַן אַ בעסערער אוֹפֿן צו באַשרײַבן דעם מצבֿ אין ישׂראל ווי “אַ קעגנזײַטיקע געטאָ”?
אַרומגייענדיק אַזוי איבער תּל־אַבֿיבֿ מיט די רײַזעביכער פֿון די ייִדישע שרײַבער אין דער האַנט, קאָן מען אַנטדעקן אַ סך נײַע אומבאַקאַנטע זאַכן אין דער באַקאַנטער שטאָט. דער עיקר קאָן מען פֿאַרשטיין אַז ייִדיש איז נישט נאָר אַן אַנעקדאָט אין דער געשיכטע פֿון תּל־אַבֿיבֿ, און אַפֿילו נישט נאָר אַ פֿײַנער אוֹפֿן צו פֿאַרברענגען אַן אָוונט אין תּל־אַבֿיבֿ, נאָר אַ נײַער קוקווינקל אויף דער געשיכטע פֿון דער שטאָט און פֿונעם לאַנד בּכלל. דאָס איז וואָס איך פּרוּוו איבערגעבן אויף מײַנע עקסקורסיעס איבער די גאַסן פֿון תּל־אַבֿיבֿ.
מוז מען דאָך זאָגן אַז ייִדיש איז הײַנט צו טאָג פֿאַר ס’רובֿ ייִדיש־ליבהאָבערס, אַפֿילו די וואָס קומען אויף די עקסקורסיעס און לעקן די פֿינגער ווען זיי הערן אַ ייִדיש וואָרט, אַן ענין פֿון זיסלעכער נאָסטאַלגיע נאָך די קינדער־יאָרן אָדער נאָכן אויספֿאַנטאַזירטן שטעטל, און נישט ממש אַן ענין וואָס האָט אַ פּאָליטישן און קולטורעלן באַטײַט. דאָס איז תּמיד געווען דער גוֹרל פֿון ייִדיש אין תּל־אַבֿיבֿ. איך מיין אַז אַפֿילו אין די 50ער און 60ער יאָרן, ווען מען האָט שוין געמעגט און געקענט למשל שפּילן ייִדיש טעאַטער אין ישׂראל – און אַ סך אַזעלכע טעאַטערס זענען געווען טעטיק אין תּל־אַבֿיבֿ – האָט דער עוֹלם גענאָסן פֿון מאַמע־לשון. אין אַלגעמיין איז אָבער אָנגענומען דער געדאַנק, אַז העבערעיִש איז די קולטורעלע און מלוכישע שפּראַך, און ייִדיש איז עפּעס פֿאַר דער היים אָדער פֿאַר וויצן. און אַזוי איז ייִדיש סוף־כּל־סוף כּמעט פֿאַרשוווּנדן פֿון תּל־אַבֿיבֿ.