(איט״אַ) די איטאַליענישע שטאָט נעאַפּעל וועט אין גיכן באַקומען די דריטע ייִדישע ביבליאָטעק אינעם לאַנד. „ייִדישקייט און דער חורבן דערציילט אין 500 ביכער‟ וועט אויסגעשטעלט ווערן אין דער אָרטיקער „טוטשי‟־ביבליאָטעק. ווען די אויסשטעלונג וועט זיך שליסן, וועלן די ביכער פֿאַרבלײַבן און פֿאַרלייגן דעם יסוד פֿאַר אַ ייִדישן אָפּטייל פֿון דער ביבליאָטעק. די ביכער זענען אָנגעשריבן אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן — ענגליש, פֿראַנצייזיש, אונגעריש, און אַוודאי, איטאַליעניש.
דאָס עלטסטע בוך אין דער זאַמלונג שטאַמט פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, אָבער ס‘רובֿ ביכער האָבן אַ שײַכות מיטן חורבן. די דאָזיקע ביבליאָטעק וועט זײַן די ערשטע אינעם דרומדיקן טייל פֿון איטאַליע. די אַנדערע צוויי ייִדישע ביבליאָטעקן געפֿינען זיך אין רוים און מילאַן.
נאָר אַ קליינע ייִדישע קהילה וווינט הײַנט אין נעאַפּאָל, אָבער זי איז אַן אַלטע. נאָך אין די רוימישע צײַטן האָבן שוין דאָרטן געלעבט די ייִדן. אינעם יאָר 536, לויט דער נײַער צײַט־רעכענונג, איז די קהילה געווען גענוג גרויס צו קעמפֿן מיטן גאָטישן פֿאָלק קעגן דער ביזאַנטישער אַרמיי. אין 1159 ווען בנימין פֿון טודלה איז געקומען צו גאַסט, האָט ער פֿאַרצייכנט, אַז 500 ייִדישע משפּחות וווינען דאָרט. אין 1288 נאָך דעם ווי די דאָמיניקאַנער גלחים האָבן פֿאַרשפּרייט אַנטיסעמיטישע געפֿילן, האָט די מלוכה פֿון נעאַפּאָל אַרויסגעטריבן אירע ייִדן און עטלעכע יאָר שפּעטער האָט מען געצוווּנגען די געבליבענע ייִדן זיך צו שמדן.
אין 1473, האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ ייִדישע פּרעסע אין דער שטאָט. אין 1492 זענען אָנגעקומען אַ סך ספֿרדישע ייִדן נאָך גירוש־שפּאַניע, ווײַל דער מלך פֿון נעאַפּאָל האָט זיי צוגעזאָגט צו פֿאַרטיידיקן. אָבער באַלד נאָך דעם האָט פֿראַנקרײַך, און דערנאָך שפּאַניע, איבערגענומען די מלוכה און מע האָט די ייִדן אַרויסגעטריבן. ערשט אין 1735 האָט מען געלאָזט די ייִדן זיך אומקערן.
די משפּחה ראָטשילד האָט אין 1841 געקויפֿט אַ פּריצישע דאַטשע און דאָס אָרט איז געוואָרן אַ ייִדישער צענטער. 50 ייִדן פֿון דער שטאָט האָבן זיך אויסבאַהאַלטן אין די אַרומיקע דערפֿער און זיך געראַטעוועט אין צײַט פֿונעם חורבן. אַן ערך 200 ייִדן וווינען הײַנט דאָרטן.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/167927/naples-jl/#ixzz2t9QA7GZm