3 Soldiers Commit Suicide After Gaza War

770 433

דרײַ ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט דעם לעצטן זומער אין דער עזה־מלחמה, האָבן במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם חודש זיך גענומען דאָס לעבן. אַחוץ דעם, האָט אַ רעזערוויסט, וועלכן מע האָט אַרויסגערופֿן אין דער אַרמיי בעת דער מלחמה, האָט געטאָן דאָס זעלבע מיט אַרום צוויי חדשים צוריק.

מאָנטיק, דעם 29סטן סעפּטעמבער, האָט די נײַעס־וועבזײַט NRG איבערגעגעבן, אַז אַלע דרײַ אומגעקומענע האָבן געדינט אין דער בריגאַדע „גבֿעתי‟. יעדעס מאָל, ווען אַ סאָלדאַט שטאַרבט נישט אויפֿן שלאַכט־פֿעלד, נאָר צוליב וועלכער־ניט־איז אַנדער סיבה, הייבט די מיליטערישע פּאָליציי אָן אַן אויספֿאָרשונג. אויב מע באַשטעטיקט, אַז דער אומגעקומענער האָט זיך גענומען דאָס לעבן, דערקלערן די צה״ל־אינסטאַנצן, אין זייערע אָפֿיציעלער טערמינאָלאָגיע, אַז דאָס איז געווען אַ „וואַרשײַנלעכער זעלבסטמאָרד‟.

אין אַלע דרײַ פֿאַלן האָט מען געפֿונען די סאָלדאַטן מיט זייער געווער; לויט אַלע סימנים, האָבן זיי זיך דערשאָסן. איינער פֿון די אומגעקומענע איז געווען דוד גאָרדאָן — אַן עלנטער אַמעריקאַנער, וועלכער איז אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל אַליין, אָן זײַן משפּחה. נאָך צוויי טעג זוכענישן, האָט די פּאָליציי געפֿונען דעם פֿאַרשוווּנדענעם; זײַן ביקס איז געלעגן בײַ זײַן טויטן גוף.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/181953/-soldiers-commit-suicide-after-gaza-war/#ixzz3F1cSE9Yz