ס’זיינען פאראן אין לשון יידיש א סך ווערטער, וואס באשרייבן געוואלד-טאטן ווי,למשל,,שלאגן’. דאס באדייט, אז איינער באפאלט פיזיקאליש אן אנדערן, כדי צו פאראורזאכן געוויסע שאדנס דעם צווייטנס געזונט.
נאענט צו דעם באדייט איז,קלאפן’ מיטן אונטערשיד, אז (אנ)קלאפן מיינט קלאפן אין טיר און אויך אנקלאפן א נאגל וכדומה. אן אנדער ווארט איז,פאטש’, וואס איז די זעלבע ווי א,פאנטש’ אויף ענגליש. אן אנ דער באדייט האט עס אויך, ווי פאטשן מיט די הענט, פאטשן זיך אין בייכל אא”וו דאן קומט אזא ווארט ווי,שמייסן’ און אויך שמיץ, וואס מיינט, אז די אויבן-דער מאנטע,קלעפ’ ווערן דורכגעפירט מיט א בייטש. אנדערע ווערטער, ווי א מכה, א טאראבענץ, א זעץ זיינען סינאנימען פאר קלאפן און שלאגן. מ’קאן אודאי אויסנוצן די ווערטער אין אן אנדער זין, וואו זיי האבן א סימבאלישן באדייט ווי, צום ביישפיל, אויסשמייסן אימיצן אין א צייט ונגס-ארקטיל אדער צעקלאפן דעם אפאנענט מיט איבערצייגנדיקע ארגומענטן און אויף אנדערע אופנים.
צום סוף וויל איך באטאנען, אז די יידישע שפראך איז זייער רייך מיט ווערטער, וואס האבן דעם זעלבן באדייט און אין דער זעלבער צייט זיינען דא געוויסע נואנסן. א
Leave a Reply