Looking for Volunteers Who Speak Yiddish

313 185 Jewish Website

צי לייענט איר אָדער רעדט איר ייִדיש? מיר ווילן וויסן אײַער מיינונג וועגן דער ייִדישער פּרעסע! „די פֿאָרווערטס־אַסאָציאַיע” — דער אַרויסגעבער פֿונעם „פֿאָרווערטס” — האָט באַשטעלט אַ פֿאָרש־פּראָיעקט, וואָס וועט דורכגעפֿירט ווערן אין דער שטאָט ניו־יאָרק מיט לייענער און רעדער פֿון ייִדיש. דער ציל פֿון דער פֿאָרשונג איז צו געבן אַ געלעגנהייט די ייִדיש־רעדנדיקע און ייִדיש־לייענענדיקע מענטשן אין זייערע 20ער און 30ער יאָרן, אויסצודריקן אַ מיינונג לגבי מעדיאַ אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט דעם „פֿאָרווערטס” און דער „פֿאָרווערטס”־וועבזײַט yiddish.forward.com כּדי אָנטיילצונעמען אינעם אויספֿרעג דאַרף מען נישט זײַן קיין עקספּערט פֿון ייִדיש און נישט זײַן קיין “פֿאָרווערטס”־לייענער. די אָנטייל־נעמער וועלן האָבן די געלעגנהייט אַרומצורעדן זייער מיינונג וועגן דעם „פֿאָרווערטס” מיט אַנדערע מענטשן. איידער די פֿאָקוס־גרופּעס טרעפֿן זיך, וועט מען אײַך שטעלן עטלעכע פֿראַגעס, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז אַ גענוג פֿאַרשיידנאַרטיקע גרופּע וועט אָנטייל נעמען. די ענטפֿערס אויף די פֿראַגעס וועלן נישט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן, און וועלן געניצט ווערן בלויז צו באַשטימען, צי איר וועט זיך באַטייליקן אין דער גרופּע. די פֿאָקוס־גרופּעס וועלן זיך צונויפֿקומען בעת אַן אָוונט אין מאַרץ אין מיטן דער וואָך אין אַ ביוראָ אין מאַנהעטן. אַ פּראָפֿעסיאָנעלע „מאַרקעטינג”־פֿאָרש־פֿירמע וועט צונויפֿשטעלן די זיצונג, וואָס וועט געפֿירט ווערן, אויף ענגליש, פֿון אַן אומאָפּהענגיקן פֿאָרשער (נישט פֿונעם „פֿאָרווערטס”־פּערסאָנאַל). די אָנטייל־נעמער וואָס וועלן אויסגעקליבן ווערן וועט מען באַצאָלן פֿאַר זייער צײַט. ווי עס פֿירט זיך בײַ אַלע לעגיטימע פֿאָרש־שטודיעס, וועט קיינער אײַך נישט פּרוּוון עפּעס צו פֿאַרקויפֿן, און אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע וועט מען נישט אַרויסזאָגן. אויב איר ווילט זיך באַטייליקן אין דער פֿאָרשונג, טוט אַ קוק אויף דער וועבזײַט http://www.cvent.com/d/kcqlh8 אָדער קלינגט טאַלי: טעלעפֿאָן־נומער 4777־998־800. די צאָל מענטשן וואָס קענען זיך באַטייליקן איז אַ באַגרענעצטע, טאָ גיט אַ קוק וואָס גיכער אויף דער וועבזײַט, אָדער קלינגט אויף דעם אויבן אָנגעוויזענעם טעלעפֿאָן־נומער. אַ דאַנק פֿאַר אײַער הילף.

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website

Leave a Reply

Your email address will not be published.