Gigantic waves in an Indonesian river create a paradise for surfers

1024 635 Jewish Website

וואס שייך היימלעכע ערטער מיט טרוים-כוואליעס פאר וועלן-רייטער האט גארניט קיין גלייכן די לעצטע אנדעקונג בעת א סערפינג-עקספעדיציע אין אן אינדאנעזישן דזשונגל. די פארכאפנ- דיקע אנטדעקונג פון א פלאץ מיט וואונ-דער-כוואליעס פאר וועלן-רייטער איז פארגעקומען ניט נעבן קיין פלאזשע אדער ים-ברעג נאר אין א פארוואר-
פענעם דזשונגל-טייך, וואס ווערט כסדר באמבארדירט פון א מעכטיקן קעגנפלוס פון ים.

אין קעגנזאנץ מיט די מערסטע צופלוסן, איז אט-דער קעגנשטראם פונעם אקעאן אין גאנצן אנדערש פון די וואס פליסן טייך-ארויף און ברענגען קליינע, שוואכע כוואליעס. דער דאזיקער פענאמען איז א מערקווירדיקער, וואס שטופט טייך-ארויף דעם צופלוס און שאפט צויבער-כוואליס פון 8 ביז 10 פוס.

פאר וועלן-רייטער איז דאס די גרעסטע אנטדעקונג ביי די לעצטע 20 יאר. דער פענאמען פארכאפט און פארכישופט יעדן איינעם, וואס זעט אים צו. “דאס איז דאס גרעסטע געווינס פון די לעצטע 20 יאר!” האט געזאגט טאם קורען, א דריי-מאליקער וועלט-מייסטער אין וועלן-רייטן, וואס באזוכט כסדר ים-ברעגן איבער דער וועלט, זוכנדיק די “פולקומע וועלע”. אין 1990 האט ער גע וואונען זיין לעצטן וועלט-מייסטערשאפטס-מעדאל.

דער וועלט-מייסטער איז א שטילער און עניוותדיקער יאט, וואס בארימט זיך קיינמאל ניט. זיין אנטדעקונג האט אבער צוגעצויגן לויב און אויפמערקזאמקייט. דאס ארט האט ער א נאמען געגעבן “זיבן גייסטער” נאכן נעענסטן דזשונגל-דערפל. דער אינטערעס מיט זיין אנטדעקונג איז געווארן אן עפידעמיע ביי די, וואס זיינען פארקאכט אין רייטן אויף כוואליעס.

די דאזיקע טרוים-וועלן זיינען א גרויסע איבערראשונג. דער פענאמען רופט-ארויס דערשטוינ ונג ביי כוואליע-רייטער, ווייל די ברוינע כוואליע-וואנט ברעכט זיך פון אויבן ביז אונטן, וואס איז ענלעך צו די דינע, מעכטיקע וועלן, וואס גנבהנען-אריבער קאראלן-ריפן. דער טייך- ברעג שפילט אויך א ראלע אין שאפן די פאנטאזיע-כוואליעס דורכן אפשיקן די קלענערע קעגנפלוסן אין הויפט שטראם אין מיטן טייך. אזעלכע גלענצנדיקע סערפינג-כוואליעס זיינען נאך ביז איצט ניט געפונען געווארן אין קיין אקעאנען.

*שמשון בעקער איז א קארעספאדענט פון “דער מאמענט”, וואס לעבט אין ריא-דע-זשאנערא, בראזיל. ווי א יונגער ניי געקומענער קיין בראזיל אין די 40ער יארן, האט ער זיך אויסגעלערנט וועלע-רייטן. דער יונגער ייד איז ענדלעך געווארן א מייסטער אין דעם ספארט. א

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website

Leave a Reply

Your email address will not be published.