The ecological city of the future in China

500 296 Jewish Website

די “עקאלאגישע שטאט”, וואס ווערט געבויט אין דער האפן שטאט טיאנזשין אין צפון-מזרח כינע וועט דינען שלס ביישפיל פאר דער וועלט, דערקלערט כינע. הויכגעשטעלטע מלוכה-באאמטע אין דער הויפטשטאט בעיזשינג האפן, אז די שטאט וועט פאר שטעלן מיט זיך א לייזונג פונעם דעמאגראפישן אויפרייס, וואס איבט-אויס א געוואלדיקן דרוק אויף די ענערגיע- און וואסער-רעסורסן אין לאנד.

אויפן גרויסן בוי-פלאץ אין צפון-כינע לייענט זיך די רעקלאמע-וואנט מיט רום: א לעבנס-באשטעטיקנדיקע “גרינע” שטאט, וואו איינוואונער וועלן טרינקן ריין קראן-וואסער, פארן מיט ריינע טראנספארטאציע-מיטלען און געניסן פון א ים מיט גרינע פארקן”.

די אמביציעזע “עקא-שטאט” פארנעמט 30 קוואדראט-קילאמעטער. וואו ס’זיינען אמאל געלעגן קליינע פישער-דערפער און ריזיקע זאלץ-פעלדער, שטייען איצט אן א שיעור בוי-קראנען און ווינט-טורבינעס. די שטאט וועט דערבויט ווערן אין א יארצענדליק ארום.

די ארכיטעקטן האפן, אז דער “גרינער” ישוב נעבן טיאנזשין וועט ווערן אן אלטערנאטיוו פאר שלעכט-אויספלאנירטע שטעט, וואס פרעסן ענערגיע און פאראומרייניקן די נאטור-אומגעבונג און דינען אלס ביישפיל ניט בלויז פאר כינעזישע שטעט נאר אויך פאר שטעט איבער דער וועלט. “מיר האפן צו באאיינפלוסן אונזערע שכנים”, זאגא גא טשי באן, דער פרעזידענט פון דער אינוועסט-יציע-פירמע “סינא-גינגאפאר”, צוגעבנדיק: “מיטן ריכטיקן אינהאלטס-שטאף און דער ריכטיקער איינשטעלונג קאנען מיר צוזאמענארבעטן מיט דער נאטור”.

די כינעזישע און סינגאפארער רעגירונגען האבן זיך פאראייניקט, אנגעוואנדן אלע כוחות און מאביליזירט די פעאיקסטע עקספערטן אין בויעריי, כדי צו אנטוויקלען די “צוקונפטס-שטאט”. די שטאט וועט האבן א באפעלקערונג פון 350,000 און וועט פארמאגן שולעס, שפיטעלער און א געשעפטס- און פינאנץ-באצירק.

פירמעס פון אויסלאנד ווי “היטאטשי” אין יאפאן און “פיליפס”, די האלענדישע עלעקטראניק-קארפאראציע, וועט אויסשטאטן די שטאט מיט “גרינע טעכנאלאגיעס”, כדי צו שאפן קעגן-זון-פענסטער-שויבן און פארמינערן דערביי די קראפטס-געברויכן. דריי-פערטל שטוב-מיסט וועלן איבערגעוואנדלט ווערן. 20% קראפט פאר דער שטאט וועט פראדוצירט ווערן פון רעגענערא טיווע ענערגיע-קוואלן ווי זון- און ווינט-קראפט-סיסטעמען. די אנדערע ענערגיע וועט קומען פון קוילן. דאס כעמיש-באהאנדלטע מיסט-קאנאל-וואסער וועט אנטרינען אין אן אזערע, וואו דאס וואסער וועט אפגערייניקט ווערן פון שמוץ און גענוצט ווערן אין רעזערוואוארן פאר די קלענערע שטעט און שטעטלעך אין אומגעגנט. כינע נויטיקט זיך אין נאך מער עקא-שטעט צוליב דער ריזיקער פאראומרייניקונג אין איר נאטור-סביבה”, האט געזאגט היראאקי סוזוקי, א מומחה אין דער פינאנץ-אפטיילונג פון דער וועלט-באנק. דאס אינטערנאציאנאלע פינאנץ-אנטשטאלט לייט כינע ריזיקע סומעס דערפאלגרייך צו מאכן דעם פראיעקט.

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website

Leave a Reply

Your email address will not be published.