ריגע, די הויפטשטאט פון לעטלאנד, איז געגרינדעט געווארן אין 1201 פונעם דייטשן בישאף אלבערט. ער האט אנגעפירט מיט די קרייץ-טרעגער-חיילות (טעווטאנער ארדען), וואס זיינען אנגעפאלן אויף די באלטישע שבטים מיט א ציל זיי צו ברענגן צום קריסטלעכן גלויבן. די אמתע סיבה איז אבער געווען צו פארכאפן די סטראטעגיש ויכטיקע ים-פארבינדונג צווישן די רוסישע שטחים און מערב-אייראפע.
ריגע איז געווען פאר זיי די באזע פון וואנען זייערע מיליטערישע מיסיעס פלעגן זיך אנהייבן. פון אנהייב איז די שטאט געווען נאר א מיליטער ישע באזע און א קלויסטער, אבער שפעטער אין 14טן און 15טן יארהונדערט איז זי זיך פונאנד-ערגעוואקסן און געווארן דער וויכטיקסטער ים האפן אין מזרח-באלטיקום.
נאכן פונאנדערפאל פונעם טעווטאנישן ארדען אין מיטן דעם 16טן יארהונדערט איז ליוואניע, דאס געביט, וואו ריגע געפינט זיך, פארכאפט געווארן פון שוועדן. לויט די לעטישע כראניקעס איז דאס געווען די בעסטע צייט פארן לעטישן פאלק.
אין 1635 זיינען די ערשטע יידן, אגב,דערלויבט געווארן זיך צו באזעצן אין ריגע. אין 1720 נאך א 20-יעריקער מל חמה מיט שוועדן, האט דער רוסישער צאר פעטער דער 1טער פארכאפט ריגע. צו יענער צייט איז דאס געווען א גרויסע שטאט מיט א באפעלקערונג פון ארום 200,000 נפשות מיט א קליינער אבער איינפלוסרייכער יידישער באפעלעקערונג. פאר די לעטן איז דאס געווען אן אומגליק, ווייל די רוסן האבן, להיפוך די שוועדן, איינגעפירט לייב-אייגנטום און א סך אנ דערע פאליטישע און עקאנאמישע באגרענעצונגען. נאך פעטערס טויט אין 1725 האבן זיך אנגעהויבן רדיפות קעגן די יידן, וואס זיינען זינטן 15טן יארהונדערטגעווען פארבאטן צו לעבן אין דער רוסישער אימפעריע.
אין 1735 בעת דער רעגירונג פון עליזעבעטע פעטראוונע, פעטערס טאכטער, האט מען די יידן פון ריגע ארויסגע-טריבן. אין דער אמתן איז די ריגער באפעלקערונג באשטאנען מערסטנס פון פאלקס-דייטשן, רוסישע רעגירונג באאמטע און לעטישע בעל-מלאכהס און שווארץ-ארבעטער. במשך די לעצטע צענדליקער יארן פון 18טן יארהונדערט און דער ערשטער העלפט פון 19טן האט זיך ריגע אנטוויקלט אלס וויכטיקער אינדוסטריעלער צענטער מיט א באקוועמלעכן ים האפן, כאטש דער לייב-אייגנטום-סיסטעם האט פארגעשטעלט מיט זיך א שטערונג צום אנטוויקלען דעם פולן, רוסישן,עקאנאמישן און טעכנאלאגישן פאטענציאל.
בעת דער רעגירונג פון אלעקסאנדער דעם 2טן,האט זיך אין רוסלאנד אנגעהויבן אן אינטענסיווע אינדוסטריעלע רע וואלוציע, א דאנק דעם, וואס דער צאר האט אפגעשאפן לייב-אייגנטום. ער האט אויך דערלויבט געוויסע קאטעגאריעס יידן זיך צו באזעצן דארט. אזוי איז מיין עלטער-זיידע יהודה לייב גינזבורג,א רייכער וואלד-סוחר, געקומען קיין ריגע.
ריגע איז געווארן די דריטע, אנטוויקלטסטע שטאט אין רוסלאנד, נאך סאנקט-פערטערבורג און מאסקווע. בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה איז זי פארכאפט געווארן א געוויסע צייט דורך די דייטשן. נאך דער מפלה פון דייטשלאנד און במשך דעם רוסישן בירגער-קריג איז ריגע אבער עט- לעכע מאל אריבערגעגאנגען פון איין מאכט ביז אן אנדערער.
לויטן ווערסאלער אפמאך איז לעטלאנד געווארן א זעלבסטשטענדיקע מלוכה און ריגע איז באשטימט געווארן אלס הויפטשטאט. די לאגע איז געווען א קאטאסטראפישע, ווייל אלע רוישטאפן, וואס זי פלעג באקומען פון רוסלאנד,זיינען אויסגערונען און אין רוסלאנד האט געהערשט א כאאס נאך דער באלשעוויסטישער רעוואלוציע. כמעט אלע אונטערנעמ ונגען האבן זיך פארמאכט. די עקאנאמיע האט זיך געדארפט איבעראריענטירן צו די ארטיקע באדינגונען.
אזוי ארום איז לעטלאנד געווארן א לאנדווירטשאפטלעכע מדינה און די וואלד-אינדוסטריע איז געווארן דארט די הויפט-אינדוסטריע. אז לעטלאנד האט אפגעשאפן דעם פארבאט, אז קיין יידן טארן ניט לעבן אין ריגע, זיינען א סך יידן פון די פראווינצן געקומען אהער.
די מערהייט יידן האבן געארבעט אין דער וואלד-אינדוסטריע, אבער ס’זיינען אויך געווען פאבריקאנטן אין אנדערע אינדוסטריעלע צווייגן. די מלוכה איז געווען זייער טאלעראנט און ס’האט אויפגעבליט א פילזייטיקע קולטור.
אין 1934 איז צו דער מאכט געקומען די פאליטישע פארטיי “דער אגרארער פאריין”, וואס האט אפגעשאפן די קאנ סטיטוציע און איינגעפירט אן איין-פארטייאישן סיסטעם. אלע אנדערע פארטייען זיינען געווען פארבאטן. א סך פאלטיקער זיינען ארעסטירט געווארן. דעם 17טן יוני1940 האט די רויטע ארמיי אקופירט לעטלאנד. די יידן האבן זיך געפרייט, ווייל דאס איז געווען בעסער ווי נאצידייטשלאנד. ריגע איז פארפלייצט געווארן מיט רוסישע מיליטערלייט און זייערע משפחות, וואס פלעגן זיך אויפפירן אזוי ווי די אמתע בעלי-הביתים.
ס’האבן זיך אנגהויבן מאסן-ארעסטן און אייגנטום-קאנפיסקאציעס. אויף דער פרעסע האט מען איינגעפירט א שטרענגע צענזור. דעם 22טן יוני 1941 איז נאצי-דייטשלאנד אנגעפאלן אויף רוסלאנד.דעם 1טן יולי האבן די דייטשן פארכאפט ריגע.
וואס ס’איז פארגעקומען נאך דעם איז א טעמע פאר אן אנדער ארטיקל.
Leave a Reply