דעם 26סטן מײַ האָט מען אין גרוזיע געפֿײַערט דעם טאָג פֿון אומאָפּהענגיקייט, אָבער דעם חשבון פֿירט מען ניט פֿון דער נאָך-סאָוועטישער תּקופֿה, נײַערט פֿון יאָר 1918, ווען דער רעגירונג בראָש מיטן סאָציאַליסט (מענשעוויק) נוי זשאָרדאַניאַ האָט זיך אויף אַ קורצער ווײַל — ביז מאַרץ 1921 — אײַנגעגעבן צו האַלטן גרוזיע ווי אַ באַזונדערע מדינה. אָבער דערנאָך זײַנען געקומען די באָלשעוויקעס און אײַנגעשטעלט זייער רעזשים, אויף גאַנצע זיבן יאָרצענדליק, ביז דער צעפֿאַלונג פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
גרוזיע האָט איר ייִדישע געשיכטע. אין סעפּטעמבער 1998 האָט מען אָפּגעמערקט 2,600 יאָר פֿון דער גרוזיניש-ייִדישער צוזאַמענוווינונג. די גרוזינישע ייִדן האָבן איבערגענומען די גרוזינישע שפּראַך און, בכלל, האָבן זיך גאָר ניט שלעכט אינטעגרירט אין דער געזעלשאַפֿט, וווּ אַנטיסעמיטיזם איז ניט געווען אין דער מאָדע.
די דעמאָגראַפֿיע פֿון גרוזינישע ייִדן איז אַ פֿאַרפּלאָנטערטע. לויט דער סאָוועטישער ציילונג אין יאָר 1970, האָבן 43 טויזנט לײַט זיך אידענטיפֿיצירט ווי גרוזינישע ייִדן. איצט רעדט מען שוין צו מאָל וועגן 130 אָדער, לכל-הפּחות, 80 טויזנט גרוזינישע ייִדן, וואָס וווינען אין ישׂראל. אשדוד, מיט 40 טויזנט גרוזיניש-ייִדישע תּושבֿים, האָט דעם שם פֿון שיִער ניט דער הויפּטשטאָט — ניט בלויז אין ישׂראל, נאָר איבער דער גאָרער וועלט — פֿון דעם דאָזיקן ייִדישן שבֿט, וואָס שפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין ישׂראלדיקן לעבן. אייניקע אייגנאַרטיקייטן פֿון אָט דער סבֿיבֿה האָט אָפּגעשפּיגלט, מיט גרויס דערפֿאָלג, דער פֿילם “חתונה מאוחרת” (“שפּעטע חתונה”).
אין גרוזיע גופֿא זײַנען איצט פֿאַרבליבן אַרום 14 טויזנט ייִדן, און בערך אַ טויזנט גרוזינישע ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין רוסלאַנד. אייניקע פֿון זיי זײַנען אין די נאָך-סאָוועטישע צײַטן געוואָרן רײַך צי אַפֿילו זייער רײַך. עטלעכע גרוזינישע ייִדן זײַנען אַרײַן אין דער קאַטעגאָריע פֿון ביליאָנערן, ווי אַ שטייגער אַבֿרהם נאַניקאַשווילי, דער רײַכסטער אשדודער אונטערנעמער.
זייער גוטע באַציִונגען האָבן זיך געשאַפֿן צווישן גרוזיע און ישׂראל, בפֿרט אין די יאָרן 2006—2008. פֿאַר גרוזיע איז די ייִדישע מדינה געוואָרן אַ מוסטער פֿון אַ הצלחהדיק קליין לאַנד, וואָס האָט ווייניק מינעראַלע רעסורסן און איז אַרומגערינגלט מיט שׂונאים. וויכטיק איז אויך געווען די ענגע פֿאַרבינדונג פֿון ביידע לענדער מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן. סאַאַקאַשווילי איז געוואָרן אַ ליבלינג פֿון אַ סך ישׂראלים. מע האָט אַפֿילו גערעדט וועגן גרוזיע ווי “ישׂראל פֿון קאַווקאַז”. טעמור יאַקאָבאַשווילי, אַ ייִד, איז געווען אַ מיניסטער אין סאַאַקאַשוויליס רעגירונג (זינט סוף 2010 איז ער דער גרוזינישער אַמבאַסאַדאָר אין אַמעריקע).
פֿאַר גרוזיע איז דער שׂונא נומער איינס געוואָרן פּוטינס רוסלאַנד. ביידע מלוכה-פֿירער, וולאַדימיר פּוטין און מיכאַיִל סאַאַקאַשווילי, מאַכן ניט קיין סוד פֿון דעם וואָס זיי קענען ניט פֿאַרטראָגן איינער דעם אַנדערן. די פֿינף-טאָגיקע מלחמה אין אויגוסט 2008 האָט אין גאַנצן אָפּגעסמט די רוסיש-גרוזינישע באַציִונגען. אין טביליסי קען מען ניט מוחל זײַן רוסלאַנד די מיליטערישע און עקאָנאָמישע שטיצע, וואָס מאָסקווע האָט געגעבן, און גיט נאָך אַלץ, די צוויי סעפּאַראַטיסטישע עטנישע כּמו-מדינהלעך — אַבכאַזיע און דרום-אָסעטיע — וואָס זײַנען אין די סאָוועטישע צײַטן געווען אַ טייל פֿון דער גרוזינישער רעפּובליק.
די מלחמה אין 2008 האָט פֿאַרענדיקט די תּקופֿה פֿון גרוזיניש-ישׂראלדיקן “לעבן ווי אַ לעקעך”. פֿאַר ישׂראל איז עס געווען דער מאָמענט, ווען מע האָט געדאַרפֿט אויסקלײַבן — צו זײַן אויף דער אָדער יענער זײַט, בפֿרט נאָך אַז ישׂראל האָט געהאָלפֿן צו מאָדערניזירן די גרוזינישע אַרמיי. ישׂראל האָט אויסגעקליבן דעם שטאַרקערן צד — רוסלאַנד. טיילווײַז, אָדער אַפֿילו דער עיקר, איז עס געווען אַ רעאַל-פּאָליטישער באַשלוס, וועלכער האָט אָפּגעשפּיגלט די סטראַטעגישע אינטערעסן פֿון ישׂראל אין אינטערנאַציאָנאַלע ענינים. אָבער מע טאָר אויך ניט פֿאַרגעסן וועגן דער ריזיקער (לכל-הפּחות אויף דער ישׂראלדיקער סקאַלע) השפּעה פֿון דעם רוסיש-רעדנדיקן און רוסיש-טראַכטנדיקן חלק פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט.
און נאָך איין קאַץ איז דורכגעלאָפֿן צווישן ישׂראל און גרוזיע, דהײַנו: איראַן. גרוזיע האָט גוטע באַציִונגען מיט איראַן, אַנטוויקלט עקאָנאָמישע און אַפֿילו מיליטערישע באַציִונגען מיטן לאַנד, וואָס ישׂראל זעט ווי אַ סכּנה פֿאַרן עצם קיום פֿון דער ייִדישער מדינה. רוסלאַנד איז אויך גאַנץ פֿרײַנדלעך מיט איראַן, אָבער אין ישׂראל קוקט מען אויף דעם אַנדערש, איידער אויף די גרוזיניש-איראַנישע קאָנטאַקטן. צו אַ “שטאַרקער מדינה” לייגט מען צו אַנדערע מאָסן.
דער מצבֿ זעט אויס איצט אַזוי: טאָמער רוסלאַנד און גרוזיע וועלן אַזוי אָדער אַנדערש אויססדרן זייערע געשעפֿטן (דערווײַל זעט מען ניט קיין סימנים פֿון אַזאַ דערנענטערונג), וועט עס פֿירן צו בעסערע באַציִונגען צווישן ישׂראל און גרוזיע.
Leave a Reply