בײַם אַכטן “פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע קולטורן” אין פּאַריז, וואָס קומט פֿאָר דעם 12טן ביזן 28סטן יוני, וועט דער “פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק” אָנטיילנעמען אין פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן.
דעם 17טן יוני איז אויפֿגעטראָטן דער כאָר פֿונעם “פּאַריזער ייִדיש־צענטער”, “טשיריבים”, אין אַ קאָנצערט מיט אַנדערע פּאַריזער ייִדישע כאָרן.
דעם 18טן יוני, אין דער היסטאָרישער ביבליאָטעק פֿון דער שטאָט פּאַריז, האָבן נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד און פֿאַני באַרבאַריי פֿאָרגעשטעלט אַ קאָנצערט “לידער פֿאַר אַ בעסערער וועלט”.
דעם 20סטן יוני אינעם “אייראָפּעיִשן הויז” האָט אַנעט וועוויאָרקאַ גערעדט אויף דער טעמע “וואָלף וועוויאָרקאַ און די ירושה פֿון איין אייראָפּעיִשן גורל.”
דעם 25סטן יוני, אינעם “ראָסיני־זאַל”, וועט די זינגערין נעמי ווײַספֿעלד און איר גרופּע “בליק” פֿאָרשטעלן אַ מוזיקאַלישע שאַפֿונג מיטן נאָמען “פֿון ייִדישקייט ביז בענקעניש”.
אַחוץ דעם דאָזיקן “פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע קולטורן”, קען מען בײַ דעם “פֿעסטיוואַל פֿון אַסאָציאַציעס”, דעם 24סטן יוני, 11:30 אין דער פֿרי, זיך טרעפֿן מיטן פּערסאָנאַל פֿונעם “צענטער” און אויסגעפֿינען וועגן זײַנע ייִדישע קולטור־, שפּראַך־קלאַסן און אונטערנעמונגען פֿאַרן קומעדיקן יאָר.
פֿונעם 9טן ביזן 13טן יולי וועט פֿאָרקומען בײַם “ייִדיש־צענטער” אַ קלעזמער־ און געזאַנג־וואַרשטאַט מיט די מוזיקער מערלין שעפּהערד, מאַרטע דעראָזיע און דער זינגערין שורה ליפּאָווסקי.
פֿונעם 9טן ביזן 27סטן יולי קען מען זיך אינטענסיוו לערנען ייִדיש אין דער ייִדישער זומער־פּראָגראַם בײַם “צענטער”. צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט צו: mcy@yiddishweb.com