Vladka Meed, courier for the Jewish resistance during WWII, dies at 90

1024 652 Jewish Website

מיטוואָך, דעם 21סטן נאָוועמבער, אין פֿיניקס, אַריזאָנע, איז געשטאָרבן וולאַדקע מיד אין עלטער פֿון 90 יאָר. אַ דאַנק איר קענטעניש פֿון פּויליש און נישט־ייִדישן פּנים האָט זי געקענט אַריבערגיין אויף “דער אַרישער זײַט” אין וואַרשע במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה און איז געוואָרן אַ וויכטיקע פֿאַרבינדלערין צווישן די קעמפֿער פֿון דער וואַרשעווער געטאָ און דער דרויסנדיקער וועלט. אירע זכרונות האָט זי צוערשט געדרוקט אויף די שפּאַלטן פֿונעם “פֿאָרווערטס” און דערנאָך זיי אַרויסגעגעבן ווי אַ בוך אויף ייִדיש “אויף ביידע זײַטן מויער”; אַ ווערק וואָס איז שפּעטער איבערגעזעצט געוואָרן אויף ענגליש, דײַטש און שפּאַניש. ס‘איז געווען פֿון די ערשטע געדרוקטע גבֿית־עדותן פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד.

וולאַדקע מיד איז געבוירן געוואָרן ווי פֿייגל פּעלטעל אין וואַרשע און האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדישער שול. נאָך דעם ווי אירע טאַטע־מאַמע, ברודער און שוועסטער זענען אומגעקומען איז זי, אין 1942, געבליבן אַליין. זי איז צוגעשטאַנען צו דער ווידערשטאַנד־אָרגאַניזאַציע אין וואַרשעווער געטאָ און מיט אירע פֿאַלשע פּאַפּירן און אַ נײַעם פּוילישן נאָמען “וולאַדקאַ” פֿרײַ זיך געמישט מיט דער פּוילישער באַפֿעלקערונג. זי האָט אַרויסגעשמוגלט ייִדישע קינדער און געהאָלפֿן זיי געפֿינען היימען און אַרײַנגעשמוגלט געווער און אַמוניציע אין געטאָ אין צוגרייטונג פֿאַרן וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, דעם 19טן אַפּריל 1943. ווי אַ קוריער האָט זי געפֿירט דאָקומענטן הין און צוריק, ווי אויך נײַעס פֿון ביידע זײַטן געטאָ. אין איר בוך און אין אירע לעקציעס האָט זי אויך דערמאָנט דעם אַנטיסעמיטיזם און די גלײַכגילטיקייט פֿון די פּאָליאַקן בשעת די ייִדן זענען אומגעקומען.

זי איז געבליבן אין פּוילן ביז דער רוסישער באַפֿרײַונג און האָט חתונה געהאַט מיט בנימין מיעדזשיזשעק (שפּעטער געביטן אויף מיד), אויך אַ ווידערשטאַנד־קעמפֿער, און זיי האָבן זיך דערשלאָגן צו דער אַמעריקאַנער טעריטאָריע אין דײַטשלאַנד. אין 1946 זענען זיי אָנגעקומען קיין אַמעריקע אַ דאַנק דער הילף פֿונעם “ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט” און זי איז פֿאַרבונדן געוואָרן מיט דער אָרגאַניזאַציע ווי אַ לעקטאָרין און וויצע־פּרעזידענט, כּמעט ביזן סוף פֿון איר לעבן.

מיט איר מאַן בנימין מיד האָט זי אָנגעפֿירט מיט באַמיִונגען צו דערציִען די ייִנגערע דורות וועגן דעם חורבן — אַ טעמע וואָס איז נישט געווען פּאָפּולער צו יענער צײַט. זיי זענען געווען צווישן די ערשטע צו אָרגאַניזירן די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה איבער דער וועלט. אין 1963 האָט מען געשאַפֿן די אָרגאַניזאַציע פֿון געוועזענע ווידערשטענדלער פֿון וואַרשעווער געטאָ, און אין 1981 געגרינדעט די אַמעריקאַנער און דערנאָך די וועלט־אָרגאַניזאַציע פֿון די ייִדן, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. בנימין מיד איז געווען אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער גרופּע וואָס האָט שפּעטער געשאַפֿן דעם חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן.

אין ניו־יאָרק איז וולאַדקע מיד תּמיד געווען אַן איבערגעגעבענער שטיצער פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור און אַקטיוו זיך באַטייליקט אין פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס ווי דער “אַרבעטער־רינג”, “בונד” און דער “אַלוועלטלעכער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס.”

זי איז געוואָרן אַ פּאָפּולערע לעקטאָרין וועגן דעם חורבן און, דער עיקר, געקעמפֿט קעגן דעם סטערעאָטיפּ, אַז די ייִדן האָבן נישט אַרויסגעוויזן קיין ווידערשטאַנד קעגן די דײַטשן. שטענדיק, האָט זי באַטאָנט, אַז דער ווידערשטאַנד פֿון די ייִדן איז באַשטאַנען נישט נאָר פֿון קעמפֿן מיט ביקסן אין די הענט, נאָר אויך פֿון זיך אַנטקעגנשטעלן גײַסטיק און קולטורעל. זי האָט געלערנט וועגן דעם חורבן מיט לערערס פֿון אַמעריקאַנער שולן אין אַ פּראָגראַם וואָס זי האָט געשאַפֿן אין 1984 — געפֿאָרן מיט זיי צו די לאַגערן אין פּוילן און קיין ישׂראל. אַ דאַנק איר, האָט מען בכלל אײַנגעפֿירט דעם חורבן ווי אַ טעמע אין די אַמעריקאַנער שולן.

זי האָט פֿאַראָבֿלט צוויי קינדער ד״ר אַנאַ שערצער און ד״ר שלמה מיד און פֿינף אייניקלעך. כּבֿוד איר אָנדענק!

Read in English

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website