סעגאַל־צענטער פֿאַר טעאַטער־קונסט
אָט האָב איך זיך די טעג אַרײַנגעכאַפּט קיין מאָנטרעאָל, אין קאַנאַדע, צו כאַפּן אַ בליק וואָס ס׳טוט זיך דאָרט לגבי ייִדיש־טעאַטער אויף ייִדיש. קודם און צום אַלעם ערשטן בין איך געווען אַרומגערינגלט פֿון אַ ייִדישער סבֿיבֿה, מיט מענטשן וואָס נישט נאָר רעדן זיי אַ געשמאַקן ייִדיש; נאָר זיי קענען גוט די ייִדישע וועלט און זײַנען אַרײַנגעטאָן אין איר מיט לײַב און לעבן. בין איך טאַקע אײַנגעשטאַנען בײַ דער משפּחה גאָנשאָר, אַהרון און חנה; ער אַ דאָקטער און זי — אַ ייִדיש־לערערין אין מעקגיל־אוניווערסיטעט.
דערווײַל האָב איך זיך דערוווּסט, אַז ברײַנע וואַסערמאַן, וועלכע האָט יאָרן־לאַנג אָנגעפֿירט מיטן “סעגאַל־צענטער פֿאַר טעאַטער־קונסט” אין מאָנטרעאָל, האָט דאָרט באַקומען גרויס אָנערקענונג און לויבגעזאַנגען פֿאַרן אָנפֿירן סײַ מיטן ייִדישן און סײַ מיטן ענגלישן טעאַטער. איר רעפּערטואַר איז לעצטנס באַשטאַנען פֿון אַזעלכע פֿאָרשטעלונגען אויף ייִדיש ווי: “שווער צו זײַן אַ ייִד,” “ליגנס וואָס מײַן טאַטע האָט מיר דערציילט,” די מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג “דער מאַן פֿון לאַ־מאַנשאַ,” “דער דיבוק,” “הודיני,” “אויף סעקאָנד־עוועניו,” “פֿידלער אויפֿן דאַך,” און אַלץ אויף ייִדיש.
פֿאַראַיאָרן האָט ברײַנע וואַסערמאַן אָרגאַניזירט אַ פֿעסטיוואַל פֿון פֿאָרשטעלונגען און קאָנצערטן, פֿאָרלעזונגען און געזאַנג, און פֿאַרבעטן ייִדישע קינסטלער, זינגער, לעקטאָרן פֿון דער גאַנצער וועלט. די גראַנדיעזע אונטערנעמונג איז אַדורכגעפֿירט געוואָרן אויף דער העכסטער מדרגה פֿון ייִדישער קונסט. ס׳איז ממש אַ גרויס געווינס פֿאַר דער “פֿאָלקסבינע” אין ניו־יאָרק זי אַרײַנצובאַקומען. ברײַנע איז די טאָכטער פֿון דאָראַ וואַסערמאַן. מאַמע און טאָכטער האָבן צענדליקער יאָרן זיך פֿאַרנומען מיט ייִדיש־טעאַטער. דער אמת איז, אַז מען דאַרף צוגיין צום ענין ייִדיש־טעאַטער מיט איבערגעגעבנקייט צו ייִדיש־לשון, צו ייִדישער קונסט, צו ייִדישער קולטור בכלל.
ערנסט און מיט אַן אויג אויף דער צוקונפֿט, האָט מען אין מאָנטרעאָל אויסגעשולט אַ ייִנגערן דור אין דער קונסט פֿון טעאַטער־שוישפּיל און הײַנט האָבן זיי איבערגענומען דאָס רעדל און פֿירן ווײַטער דאָס טעאַטער אויף ייִדיש.
האָט ברײַנע טאַקע פֿאַרלאָזט מאָנטרעאָל, אָבער דאָס ייִדישע טעאַטער לעבט, ווײַל ס׳איז נישט מער ווי אַן איין־שעהיִקע רײַזע מיטן עראָפּלאַן קיין מאָנטרעאָל כאַפּט זי זיך אַרײַן פֿון צײַט צו צײַט אַרויסצוהעלפֿן מיט דער רעזשי. אָבער די חבֿרה ליבהאָבער פֿון ייִדישן טעאַטער האָבן שוין צוגעגרייט אַ פּראָגראַם אויף אונדז געזאָגט. איז הערט. “די קאָמעדיאַנטן,” ייִדישע איבערזעצונג מרים האָפֿמאַן, “די שוועגערינס,” פֿון מײַקל טרעמבליי, אַ סעריע ייִדישע מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונגען סײַ פֿאַר קליינוואַרג און סײַ פֿאַר יונגוואַרג. אָט האָט איר אַ פּראָגראַם אויף להבא וואָס פֿאַרן הײַנטיקן יאָר קען עס זיך נישט פֿאַרשעמען.
זיץ איך אַזוי צווישן עולם, מיטליעריקע, יונגע און עלטערער דור ייִדן, אַלע שעפּן נחת פֿון ייִדישן טעאַטער אויף ייִדיש. מען שפּילט יענעם אָוונט ניל סײַמאָנס “די קאָמעדיאַנטן,” און דער עולם קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער, ממש האַלטן זיך בײַ די זײַטן. די הויפּט־ראָליסטן זײַנען אַהרון גאָנטשאַר און סעם שטיין. דער דאָקטער־”סקעטש” צעלייגט דעם עולם. דער אמת איז, אַז אויף ייִדיש איז עס אַ סך קאָמישער ווי אויף ענגליש. נאָך אַלעמען, די ענגלישע קאָמעדיע קען מען נישט אַוועקמאַכן מיט דער האַנט, אָבער אויף ייִדיש, און אַהרון גאָנטשאַרס פּוילישער ייִדיש האָט ממש צעלייגט דאָס הויז פֿאַר געלעכטער. אַ חוץ אַהרונען און סעם סטיין, נעמען אָנטייל בען גאָנטשאַר, סינטיאַ פֿיש, ריטשאַרד מאַרץ, פֿישל גאָלדיג און פֿיל בוך. אַלע, אַלע וואָס האָבן אָנטייל גענומען האָבן זיך אויסגעצייכנט.
וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע פֿרײַנד; אויף אונדז געזאָגט געוואָרן. אַזאַ שטאָט ווי ניו־יאָרק, מיט אַן ערך צוויי מיליאָן ייִדן, האָט זיך אין די קרובֿ נײַנציק יאָר נישט געקענט דאָביווען צו אַן אייגן ייִדיש־טעאַטער; אַן אייגן ווינקל, אַן אייגענע בינע, און דאָס איז נישט ווײַל ס׳האָט געפֿעלט געלט. ס׳האָט געפֿעלט דאָס געפֿיל, אַז ייִדיש איז אַ גאַנגבאַרע סחורה. און איך האַק אַרײַן אין די קעפּ פֿון מײַנע סטודענטן אין קאָלומביע אַז “ענגליש איז נישט קיין ייִדישע שפּראַך.”
מען האָט אומגעבראַכט ייִדיש בײַ סטאַלינען, מען האָט פֿאַרברענט זעקס מיליאָן ייִדן וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי האָט זיך געכאָוועט אויף מאַמע־לשון. זאָל עס בלויז אין אַמעריקע נישט זײַן? ווי קען דאָס זײַן? עס דערמאָנט מיך אין אַהרון צייטלינס ליד “מאָנאָלאָג אין פּליינעם ייִדיש,” און איך כאַפּ אַרויס אַ סטראָפֿע:
“(…) טאַקע פֿאַרברענט?
טאַקע “פּליין” און “סימפּל” פֿאַרברענט?
(…) “אײַ סימפּלי קענט אַנדערסטענד.”
(…) נאָר ווי זאָגט מען? “טייק איט איזי.”
“נעווער מײַנד” די טרערן אין מײַן קול:
ווי לאַנג די מתים לעבן —
מוזן זיי מאַכן אַ לעבן —
“דעטס אָל!”
אַהרון צייטלין האָט אין זײַן צײַט חוזק געמאַכט פֿון די אַמעריקאַניזירטע ייִדן, פֿון זייער געמיש פֿון ענגליש מיט ייִדיש, אָבער דאָס ייִדישע האַרץ איז נאָך געווען דערבײַ פּונקט ווי עס האָט פֿריִער געטאָן איציק מאַנגער מיט די דײַטשע ייִדן אין זײַן פּאָעמע “חנהלה די יתומה,” און “ראָדע־ראָדע־ראַנע, די שיינע מיאוסע פּאַננע,” די אַסימילירטע פּאָלאָניזירטע ייִדן.
אַנטקעגן וואָס ברענג איך אײַך די ציטאַטן? אַנטקעגן דעם, וואָס אונדזער פֿאַרזיי איז אײַנגעשטאַנען אין גײַציקע הענט וואָס האָבן געמאַכט אַ געזונט לעבן פֿון אונדזער ייִדיש און צעטרענצלט ייִדיש געלט.
ענגליש איז נישט קיין ייִדישע שפּראַך!!! מען דאַרף זיך אײַנשטעלן פֿאַר ייִדיש, צי דאָס איז דער “פֿאָרווערטס” וואָס קעמפֿט מיט אײַזערנע כּוחות אויפֿצוהאַלטן אונדזער לשון, צי דאָס איז מאָנטרעאָל, וואָס איז אײַנגעשפּאַרט און פֿאַרשטייט אַז טעאַטערס פֿעלן נישט סײַ אויף ענגליש און סײַ אויף פֿראַנצויזיש, און אַפֿילו אין ישׂראל, וווּ ייִדיש איז אײַנגעשטעלט מיטן לעבן. דאָרט שטעלט זיך אײַן שמואל עצמון מיט לײַב און לעבן עס זאָל עקזיסטירן “ייִדישפּיל.”
מיר ראַנגלען זיך מיט אַלע כּוחות, נישט נאָר נישט אָנצוּווערן אונדזער לשון, נאָר צוציִען און צוקריגן טאַקע אמתדיקע טאַלאַנטן, וואָס געפֿינען זיך נאָך אַרום אונדז, און קענען נאָך דערלאַנגען די אמתע ייִדישע סחורה.
און איצט צוריק צום ייִדישן טעאַטער אין מאָנטרעאָל. זיי פֿאַרמאָגן נאָך ברײַנען, זיי פֿאַרמאָגן אַהרון גאָנשאָרן. זיי פֿאַרלאָזן זיך אויף דער איבערגעגעבענער מיטאַרבעטערין ווי עדיט קופּער, רעדט ייִדיש ווי אַ וואַסער און שטעלט זיך אײַן פֿאַר יעדן טריט פֿונעם ייִדישן טעאַטער. בין איך זיי מקנא, מקנא זייערע כּוחות וואָס שטעלן זיך אײַן פֿאַר ייִדיש בייִדיש.