דער דענקמאָל אין “היימאַרקעט סקווער” אין שיקאַגע לזכר דעם היסטאָרישן אַרבעטער-קאַמף פֿון מײַ 1886
במשך פֿון דרײַ טעג, פֿונעם 16טן ביזן 18טן דעצעמבער, האָבן זיך אין דעם “שעראַטאָן־האָטעל” אין שיקאַגע צונויפֿגעזאַמלט אַ פֿינף הונדערט ייִדישע וויסנשאַפֿטלער אָנטייל צו נעמען אין דער 44סטער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון “דער אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע לימודים” (AJS). דער געביט פֿון חכמת-ישׂראל, אָדער “וויסענשאַפֿט דעס יודענטומס”, האָט זיך ווי באַוווּסט אַנטוויקלט אין דײַטשלאַנד אין 19טן יאָרהונדערט, מיטן ציל צו פֿאָרשן אויף אַ מאָדערנעם אופֿן אַזעלכע תּחומים ווי “ייִדישע געשיכטע” און “ייִדישע קולטור”. אין צפֿון־אַמעריקע איז מען ממשיך מיט דער דאָזיקער מיסיע דורך אַזעלכע אַסאָציאַציעס, ווי עיי. דזשיי. עס, וואָס שטייט אין צענטער פֿון דער הײַנטיקער אינדוסטריע פֿון “ייִדישע-שטודיעס”
וויכטיק אויף אַזעלכע אונטערנעמונגען איז צו מאַכן שלום מיטן פֿאַקט, אַז ס׳איז פּשוט אוממעגלעך צו טאַנצן מיט איין תּחת אויף אַלע חתונות. אויב מע פּראָבירט “בשום-אופֿן נישט צו פֿאַרפֿעלן” דעם פֿערטן צי דעם פֿינפֿטן “גאָר וויכטיקן פּאַנעל”, אָדער דעם צווייטן צי דריטן קבלת-פּנים אין איין טאָג, — פֿאַלט מען ממש פֿון די פֿיס. וואָס איז אפֿשר יאָ נייטיק — פֿאָרצולייגן צו גרינדן אַ נײַע “אָקופּירט עיי. דזשיי. עס!” באַוועגונג, וואָס זאָל דורכמאַרשירן דורך די גאַסן און סקווערן פֿון שיקאַגע, אַרײַנגערעכנט דעם באַרימטן “היימאַרקעט סקווער”, און פֿאָדערן אַן אַכט שעהדיקן אַרבעטסטאָג אויף דער קאָנפֿערענץ. אָבער דאָס איז נאָר מײַן פּערזענלעכע מיינונג…
דעם אמת געזאָגט, רעדט זיך וועגן זייער אַ וויכטיקער אונטערנעמונג און דער סימן דערצו ליגט אין די גאָר אינטערעסאַנטע פּאַנעלן וואָס איך האָב באַזוכט און אין זיי זיך באַטייליקט. בײַם ערשטן פּאַנעל, אונטער דעם טיטל “ייִדישע אָפּקלאַנגען צום ראַסיזם נאָכן חורבן”, דוד סלוצקי (מאָנאַש־אוניווערסיטעט), דן דזשיי. פּאַקעט (טרוי אוניווערסיטעט), און שירלי גילבערט (אוניווערסיטעט פֿון סאַוטהאַמפּטאָן) — האָבן באַהאַנדלט די טעמע אין דרײַ פֿאַרשידענע געאָגראַפֿישע ערטער.
סלוצקי האָט גערעדט וועגן דעם ווי אַזוי די ייִדן פֿון שארית-הפּליטה אין אויסטראַליע, וואָס האָבן אַליין געליטן פֿון ראַסיסטישע רדיפֿות, האָבן פֿאָרט אין זיך פֿאַרקערפּערט דעם קרומען געדאַנק פֿון “ראַסע היעראַרכיע”. פֿון די כּתבֿים אויף ייִדיש וואָס ער האָט אַנאַליזירט, קומט אַרויס אַ גאָר נישט שיין בילד פֿון ראַסיסטישע באַשרײַבונגען — אַ טייל זענען אַרויס אין די סוף 1960ער יאָרן! — פֿון די אַלט-געזעסענע אויסטראַלישע תּושבֿים (די אַבורידזשינער). די לעבן־געבליבענע וואָס האָבן זיך באַזעצט אין די דרומדיקע טיילן פֿון די פֿאַראייניקטע-שטאַטן, האָבן געדאַרפֿט שווײַגן אַנטקעגן דער ווירקלעכקייט פֿון סעגרעגאַציע צווישן ווײַסע און שוואַרצע אויס מורא צו שעדיקן זייער פּרנסה אויב זיי וועלן קעגן דעם פּראָטעסטירן. אַ סך פֿון זיי זענען לסוף אַוועק פֿון דאָרטן, אויסדריקנדיק געפֿילן פֿון אומבאַקוועמלעכקייט מחמת אָט דער געזעצלעכער דיסקרימינאַציע. אַנטקעגן זיי, פֿלעגן די אָרטיקע ייִדן לגמרי זיך אידענטיפֿיצירן מיט דער ווײַסער באַפֿעלקערונג און געהאַלטן די שוואַרצע פֿאַר אַ נידעריקן סאָרט מענטשן.
גילבערט האָט אין איר רעדע באַוויזן ווי אַ טייל דרום-אַפֿריקאַנער ייִדן האָבן גאַנץ גוט געלעבט מיט דער אַפּאַרטהײַד-סיסטעם, נישט געקוקט אויף די וואַרעמע באַציִונגען, וואָס זי פֿלעגט פֿירן מיט דער נאַצי-פּאַרטיי. אָבער נאָך דער צעפֿאַלונג פֿון דער רעגירונג אין די 1990ער יאָרן, האָבן אַלע ייִדן, אָן שום אויסנאַם, זיך געמאַכט בדיעבֿד ווי אַנטי-אַפּאַרטהײַד־אַקטיוויסטן פֿון די ששת-ימי-בראשית אָן.
אַן אַנדער פֿאַרכאַפּנדיקער פּאַנעל האָט געטראָגן דעם טיטל “ייִדישע קולות אויף דער אַמעריקאַנער בינע”. גאַרעט אײַזלער (ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט) האָט גערעדט וועגן דעם ייִדישן אַמעריקאַנער פּראָפּאַגאַנדע־טעאַטער פֿון בען העכט אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. נישט געקוקט אויף זײַנע פֿאַרברענטע טעאַטראַלישע דרשות לטובֿת דעם ציוניסטישן געדאַנק, וואָס האָבן אים אַפֿילו דערפֿירט צו אַ חרם אין ענגלאַנד, איז העכט, דער רעוויזיאָניסט, קיינמאָל אין זײַן לעבן נישט געקומען אַפֿילו צו גאַסט אין מדינת-ישׂראל. זײַענדיק טאַקע אַ רעכטער רעוויזיאָניסט, האָט ער פּשוט נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן די דאָמינירונג פֿון מפּא״י און בן-גוריון איבער דער מדינה; העכט איז געשטאָרבן אין 1964.
דעבראַ קאַפּלאַן (האַרוואַרד־אוניווערסיטעט) האָט באַהאַנדלט די פּיעסע “טויט פֿון אַ סוחר” — אַ ייִדישע באַאַרבעטונג פֿון אַרטור מילערס באַרימטער ענגלישער אַמעריקאַנער פּיעסע. טשיקאַווע איז, אַז מילער, וואָס האָט קאַטעגאָריש נישט געלאָזט קיין ענגליש־רעדנדיקער טעאַטער-טרופּע פֿאָרצושטעלן אָט די פּיעסע אויף דער ניו-יאָרקער בינע (פּינקטלעכער, אַ 100 מײַלס פֿון דער שטאָט), האָט פֿאָרט געמאַכט איין יוצא-מן-הכּלל מיטן ייִדישן טעאַטער. קאַפּלאַן האָט באַוויזן ווי די ייִדישע באַאַרבעטונג פֿאַרשאַרפֿט די דיסקוסיע לגבי דעם עטנישן אָפּשטאַם פֿון די הויפּט־געשטאַלטן אין דער דראַמע; מילער האָט כּידוע זייער אָפּשטאַם בכּיוון פֿאַרנעפּלט, אָבער אויף ייִדיש באַקומט ווילי לאָמענס דערקלערונג “איך בין צוריקגעקומען!” אַ טאָפּל-באַטײַט פֿון “צוריק” פֿון ענגליש אויף ייִדיש.
ס׳איז גאַנץ אוממעגלעך פּרטימדיק צו דערציילן מכּוח די אַלע אַנדערע גאָר פֿאַרכאַפּנדיקע פּאַנעלן און דיסקוסיעס. וועל איך נאָר בקיצור דערמאָנען עטלעכע בולטע בײַשפּילן. דער סעסיע וועגן דער השׂכּלה-ליטעראַטור האָט זיך אײַנגעגעבן צו דערפֿרישן דעם קוק אויף דער דאָזיקער ליטעראַטור, באַהאַנדלענדיק אירע פּאָליטישע און עסטעטישע אַספּעקטן. דער ייִדישער אונטערוועלט האָט מען געווידמעט אַ סעסיע, וווּ עס האָט זיך אַנטוויקלט אַ וויכטיקער וויכּוח לגבי דעם רעלאַטיוון צי אַבסאָלוטן באַטײַט פֿונעם באַגריף “פֿאַרברעכערײַ”.
נטע אַבֿינרי (אוניווערסיטעט פֿון קאַליפֿאָרניע), אין דעם פּאַנעל אונטערן טיטל “ייִדיש לינגוויסטן”, האָט פֿאָרגעשטעלט איר פֿאָרשונג וועגן דעם ייִדיש-לערנען. זי האָט דערוויזן ווי די באַציִונג פֿון די לערער, וואָס קומען פֿון פֿאַרשידענע אידעאָלאָגישע שטרעמונגען, בײַט זיך כּלפּי די פֿאַרשידענע טיילן פֿון דער שפּראַך גופֿא; למשל, די לערער, וואָס קוקן מיט אַ קרום אויג כּלפּי העברעיִש צי כּלפּי דײַטש, שפּיגלען אָפּ די אַמאָליקע שפּראַך-מלחמות צווישן ייִדיש און העברעיִש, אָדער דעם אַמאָליקן קאַמף קעגן “דײַטשמעריש”. אַנטקעגן זיי, ניצן אַנדערע לערער דאָס קענען די אַנדערע שפּראַכן ווי אַ ניצלעכן קוואַל, בעסער צו פֿאַרשטיין דאָס ייִדישע לשון.
אויף אַ לאַנגער סעסיע האָבן פֿאַרשידענע “ייִדיש-מומחים” אַרומגערעדט דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון די ייִדיש-לימודים. איינע פֿון די מער טרויעריקע אונטערשטע שורות וואָס איז אַרויס פֿון דאָרט, איז געווען דער פֿאַקט, אַז הײַנט ווערן פּראָדוצירט יונגע טאַלאַנטירטע ייִדיש-מומחים אין דער אַקאַדעמיע, אָבער אַרבעט-שטעלעס זענען פֿאַר זיי כּמעט בכלל נישט בנימצא.