Holocaust Monument in Canada

550 285 Jewish Website

 

אָטאַווע, קאַנאַדע. — די קאַנאַדישע רעגירונג האָט איבערגעגעבן, אַז זי פּלאַנירט צו שאַפֿן אַ נאַציאָנאַלן חורבן-דענקמאָל אין דער הויפּטשטאָט, אָטאַווע. טים אופּאַל, דער מיניסטער פֿון דעמאָקראַטישע רעפֿאָרמען, האָט דעם 23טן אַפּריל געזאָגט, אַז דער נײַער מאָנומענט וועט „דינען ווי אַן עדות, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז דער אָנדענק פֿונעם חורבן זאָל קיינמאָל נישט פֿאַרגעסן ווערן‟. דער דענקמאָל וועט אויפֿגעשטעלט ווערן קענגאיבער דעם „קאַנאַדישן מלחמה-מוזיי‟.

לויט דער צײַטונג „אָטאַווער בירגער‟, איז קאַנאַדע דאָס איינציקע לאַנד צווישן די לענדער, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דער מלחמה קעגן דעם נאַצי-דײַטשלאַנד, וואָס האָט ביז איצט נישט געהאַט אַן אָפֿיציעלן מעמאָריאַל לזכר דעם גענאָציד פֿון ייִדן. הרבֿ דניאל פֿרידמאַן, דער פֿאָרזיצער פֿונעם ראַט, וועלכער פֿאַרנעמט זיך מיט דעם דענקמאָל-פּראָיעקט, האָט געזאָגט דער צײַטונג אין אַן אינטערוויו, אַז דער באַשלוס אָנטיילצונעמען אין דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט געפֿאָדערט גאָר אַ שטאַרקן קאָנסענסוס אין דער קאַנאַדישער רעגירונג פֿון יענער צײַט. הײַנט, דערקלערט ער, האָט דער פּאַרלאַמענט ווידער אַרויסגעוויזן אַ קלאָרע איינשטימיקע מיינונג און באַשלאָסן, אַז אַזאַ מאָנומענט איז וויכטיק.

דזשייסאָן קעני, דער מיניסטער פֿון אימיגראַציע, האָט דינסטיק, בעת דער פֿאַרזאַמלונג, ווען מע האָט אַנאָנסירט דעם קומענדיקן דענקמאָל, דערקלערט דעם טעלעוויזיע-קאַנאַל CBC, אַז זײַן רעגירונג באַציט זיך זייער ערנסט צום אָנדענק פֿון דער ייִדישער קאַטאַסטראָפֿע. קעני האָט צוגעגעבן, אַז דער קאַנאַדישער דעפּוטאַט מאַריאָ סילוואַ פֿירט אָן מיט דער „אינטערנאַציאָנאַלער אַליאַנץ פֿון חורבן-אָנדענק‟ — אַ גרופּע פֿון 31 לענדער, וועלכע אַנטוויקלען ספּעציעלע בילדונג- און פֿאָרש-פּראָגראַמען.

אינעם קומענדיקן חודש, וועט די קאַנאַדישע רעגירונג אָנהייבן באַטראַכטן פֿאָרגעלייגטע פּלענער פֿונעם מאָנומענט — בלויז מיט די אָרטיקע פֿירמעס און יחידים, וועלכע האָבן דאָס מלוכישע רעכט צו באַטייליקן זיך אין אַ נאַציאָנאַלן פּראָיעקט. פֿרידמאַן האָט באַטאָנט, אַז דער מעמאָריאַל וועט אויפֿגעשטעלט ווערן אינעם יאָר 2015.

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website