מיט 85 יאָר צוריק, אין 1928, האָט די אַרבעט געברענט אונטער די הענט פֿון די ערשטע איבערוואַנדערער קיין ביראָבידזשאַן. זינט אַפּריל חודש פֿון יענעם יאָר האָבן זיי אָנגעהויבן קומען אין דעם ווילדן עק וועלט, וווּ מע האָט פּלאַנירט אויפֿצובויען אַ סאָוועטיש-ייִדישע רעפּובליק. מע קען ניט זאָגן, אַז מע האָט דאָרטן גאָרנישט ניט אויפֿגעבויט — ס’איז, סוף-כּל-סוף, אויסגעוואַקסן די שטאָט ביראָבידזשאַן און אַ היפּש ביסל קלענערע ייִשובֿים אויך. (אייניקע פֿון זיי זײַנען הײַנט, צום באַדויערן, פֿאַרגאָסן געוואָרן — אַן אמתער מבול האָט זיך געמאַכט אין יענע מקומות, סײַ אין רוסלאַנד און סײַ אין כינע.) אָבער קיין רעפּובליק האָט זיך פֿון דעסטוועגן ניט באַקומען.
אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, וואָס בלײַבט ביזן הײַנטיקן טאָג אַ טייל פֿון רוסלאַנד, האָט תּמיד געוווינט נאָר זייער אַ קליינטשיקער טייל פֿון דער אַלגעמיינער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿונעם לאַנד. אָבער דאָס הייסט בשום-אופֿן ניט, אַז ביראָבידזשאַן האָט קיין שום ראָלע ניט געשפּילט אין דעם ייִדישן לעבן. די ראָלע איז דווקא געווען אַ ממשותדיקע, ווײַל ביראָבידזשאַן איז געשטעלט געוואָרן אין דעם סאַמע צענטער פֿון דער סאָוועטישער פּאָליטיק לגבי די ייִדן.
אין קורצן האָט די פּאָליטיק געקלונגען אַזוי: אויב איר ווילט געניסן פֿון ייִדישער קולטור, טאָ פֿאָרט געזונטערהייט קיין ביראָבידזשאַן, דאָרטן איז „אײַער לאַנד‟. אַן אַנדער זאַך, אַז דאָרטן האָט מען די ייִדישע קולטור געקענט באַקומען נאָר אויפֿן שפּיץ מעסער, אָבער אַן אָנשטעל האָט מען יאָ געמאַכט. אַפֿילו דעם הויפּט-רבֿ פֿאַר מאָסקווע האָט מען גענומען פֿון ביראָבידזשאַן. אַ סבֿרא, אַז די פֿאַרבינדונג מיט ביראָבידזשאַן האָט געהאָלפֿן דעם דיכטער אַהרן ווערגעליס צו באַקומען די שטעלע פֿונעם הויפּט-רעדאַקטאָר פֿונעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟.
אָבער דאָס איז אַלץ מעשׂיות פֿון די אַמאָליקע, סאָוועטישע צײַטן. עס פֿילט זיך ניט, מע זאָל הײַנט פֿירן ווײַטער די נאַרישע פּראָפּאַגאַנדע מכּוח דער „סאָוועטיש-ייִדישער מלוכישקייט‟ אין דעם ווײַט-מיזרחדיקן ווינקל פֿון רוסלאַנד. ס’איז אַ געגנט, וואָס היסטאָריש האָט אַ שײַכות צו אַן אוטאָפּישן פּלאַן פֿון באַזעצן ייִדן דאָרטן, וווּהין ס’איז בכלל שווער צו פֿאַרנאַרן אַ בשׂר-ודם. דאָס איז דאָך אַן אָנגעווייטיקטע פּראָבלעם פֿאַר רוסלאַנד — די מדינה פֿאַרנעמט אַ ריזיקע טעריטאָריע אין דעם אַזיאַטישן קאָנטינענט, אָבער די באַפֿעלקערונג איז דאָרט זייער אַ שיטערע, דורכשניטלעך, וווינען בלויז צוויי מענטשן אויף יעדן קוואַדראַט-קילאָמעטער. טראָגט מען זיך שטענדיק אַרום מיט כּלערליי אײַנפֿאַלן, ווי אַזוי צוציִען אַהין מער תּושבֿים.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/172246/back-to-birobidzhan/#ixzz2cYccKrxd