דער ענין פֿונעם חורבן אױף דער סאָװעטישער טעריטאָריע האָט לעצטנס צוגעצױגן אַ גרויסן פֿאָרשערישן אינטערעס אין פֿאַרשידענע לענדער. די ״קאַנאָנישע״ געשיכטע פֿונעם חורבן דערצײלט, קודם־כּל, װעגן אױשװיץ און װאַרשעװער געטאָ, און זאָגט װײניקער װעגן די געשעענישן אױף די סאָװעטישע שטחים, װוּ די דײַטשישע אַרמײ איז אַרײַנגעדרונגען אין 1941. דערצו זײַנען דאָ צװײ הױפּט־סיבות. ערשטנס, זײַנען רובֿ ייִדן דערהרגעט געװאָרן בעת דער אָקופּאַציע, און פֿאַר זײער אַװעקגײן האָבן די דײַטשן געפּרוּװט אױסמעקן אַלע שפּורן פֿון זײער מערדערישער טעטיקײט.
די צװײטע סיבה האָט צו טאָן מיט דער סאָװעטישער פּאָליטיק און פּראָפּאַגאַנדע, װאָס האָט ניט געװאָלט באַטאָנען דעם ייִדישן אַספּעקט פֿון דער מלחמה. לױטן אָפֿיציעלן סאָװעטישן נוסח פֿון דער געשיכטע, זײַנען די סאָװעטישע ייִדן געװען אַ טײל פֿונעם גרױסן סאָװעטישן פֿאָלק, און האָבן געליטן און געקעמפֿט גלײַך מיט אַלע אַנדערע סאָװעטישע נאַציעס, אָבער מיט די רוסן בראָש. די דאָזיקע אידעאָלאָגישע סכעמע האָט באַשטימט דעם אופֿן פֿון שילדערן די געשעענישן פֿון דער מלחמה־צײַט אין ליטעראַטור און קונסט, װוּ די ייִדישע יסורים האָבן תּמיד געדאַרפֿט פֿאָרגעשטעלט װערן אין אײנעם מיט די יסורים פֿון אַנדערע פֿעלקער.
אַװדאי זײַנען געװען אױסנאַמען. בײַ אײניקע ייִדישע און ניט־ייִדישע שרײַבער און מאָלער איז דער חורבן געוואָרן די חױפּט־טעמע פֿון זײערע װערק. ניט זעלטן זײַנען זײ פֿאַר דעם קריטיקירט געװאָרן מצד די אידעאָלאָגישע שומרים, אָבער דאָס רובֿ פֿון זײערע װערק האָבן זיך אָפּגעהיט אין פּריװאַטע זאַמלונגען, כּתבֿ־ידן אָדער אױסלענדישע פּובליקאַציעס. אַנדערש איז געװען מיט די פֿילמען. כּדי אָנהײבן צו מאַכן אַ נײַעם פֿילם, האָט מען געדאַרפֿט באַקומען אַ היפּשע צאָל אָפֿיציעלע גוטהײסונגען, קריגן געלט, און דערנאָך אײַנלאַדן אַקטיאָרן, אָפּעראַטאָרן, טעכניקער, וכדומה. און אַפֿילו דעמאָלט, האָט מען געקאָנט ניט אַרױסלאָזן דעם גרײטן פֿילם אױף די עקראַנען, און ניט זעלטן הייסן אים צו פֿאַרניכטן אַלע קאָפּיעס.
די אַמעריקאַנער פֿאָרשערין פֿון רוסיש־ייִדישן אָפּשטאַם אָלגאַ גערשענזאָן דערצײלט די פֿאַרכאַפּנדיקע און דראַמאַטישע געשיכטע פֿון סאָװעטישע פֿילמען װעגן דעם חורבן; אָבער דאָס רובֿ פֿון די דאָזיקע פֿילמען זײַנען ניטאָ; מען האָט זײ ״דערהרגעט״ אױף פֿאַרשידענע עטאַפּן פֿון דער פּראָדוקציע. גערשענזאָן האָט דורכגעאַקערט פֿאַרשידענע געװעזענע סאָװעטישע אַרכיװן, גערעדט מיט די לעבעדיקע רעזשיסאָרן און שרײַבער, װאָס האָבן אַ מאָל געפּרוּװט צו מאַכן די דאָזיקע פֿילמען, און אָנגעשריבן אַ װאָגיקע שטודיע, װאָס װעט ענדערן אונדזער בילד פֿון דער סאָװעטישער און ייִדישער קולטור־געשיכטע.
דאָס בוך ״דער פֿאַנטאָם פֿונעם האָלאָקאָסט: סאָװעטישע קינאָ און דער ייִדישער חורבן״ ברענגט צונױף אַ געשפּאַנטן סיפּור־המעשׂה מיט אָריגינעלע טעאָרעטישע השׂגות. די מחברין דערװײַזט, אַז די אָפֿיציעלע סאָװעטישע אױסטײַטשונג פֿונעם ייִדישן חורבן האָט זיך געהאַלטן אױף צװײ יסודות. ערשטנס, איז דאָס פֿאָרגעשטעלט געװאָרן װי אַן אוניװערסאַלע דערשײַנונג. דהײנו, די נאַציסטן זײַנען געװען אױסן אומצוברענגען דעם גאַנצן סאָװעטישן פֿאָלק מיט די ייִדן בתוכם. און צװײטנס, אױב מען װיל טאַקע ספּעציעל װײַזן די ייִדן װי די קרבונות פֿון די נאַציסטן, דאַרף מען איבערטראָגן די האַנדלונג קײן אײראָפּע, מחוץ די סאָװעטישע גרענעצן.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/172628/the-holocaust-in-soviet-cinema/#ixzz2e9UfDNzh