מען זאָגט, אַז אין גראָדנע איז עד־היום פֿאַראַן אַ נײַדוס־גאַס. מסתּמא האָט דער דאָזיקער נאָמען איבערגעלעבט אַלע רעזשימען, װײַל קײנער געדענקט שױן ניט דעם ייִדישן דיכטער לײב נײַדוס, װאָס זײַן קורץ לעבן איז געװען נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער דאָזיקער שטאָט.
גראָדנע ליגט אין דער סאַמע טיפֿעניש פֿון דער געגנט, װאָס דער אַמעריקאַנער היסטאָריקער טימאָטי סנײַדער האָט אָנגערופֿן „בלוט־לענדער‟. װי אַנדערע שטעט פֿון ליטע, װײַסרוסלאַנד, אוקראַיִנע און מיזרח־פּױלן, האָט גראָדנע שטאַרק געליטן אינעם 20סטן יאָרהונדערט פֿון מלחמות, דעפּאָרטאַציעס און סאָציאַלע אױפֿטרײסלונגען. זינט דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט זיך די באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט געביטן ניט אײן מאָל, און בלױז געצײלטע איצטיקע תּושבֿים קאָנען שטאָלצירן מיט אַן אַלטן גראָדנער ייִחוס.
עס גײט דערבײַ ניט די רייד בלױז װעגן דער ייִדישער קהילה, אײנער פֿון די סאַמע עלטסטע אין ליטע, װאָס איז אומגעבראַכט געװאָרן אינעם חורבן. אַ סך רוסן האָבן פֿאַרלאָזט די שטאָט פֿאַר דער דײַטשישער אָקופּאַציע אין 1915, און אַ היפּשע צאָל פּאָליאַקן האָבן די סאָװעטן דעפּאָרטירט פֿאַר און נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה. די איצטיקע באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט שטאַמט לרובֿ פֿון װײַסרוסישע פּױערים פֿון די אַרומיקע דערפֿער און פֿון רוסישע מיגראַנטן, װאָס האָבן זיך באַזעצט אין דער שטאָט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.
די פּױלישע שרײַבערין זאָפֿיאַ נאַלקאָװסקאַ, װאָס האָט פֿאַרבראַכט אַ פּאָר יאָר אין גראָדנע אין די 1920ער יאָרן, װען די שטאָט איז געװאָרן אַ טײל פֿון דער נײַ־אױפֿגעשטעלטער פּױלישער מלוכה, האָט פֿאַרגליכן גראָדנע מיט אַ „פּאַלימפּסעסט‟ — אַ שטיקל פּאַרמעט, אױף װעלכן מען האָט געשריבן און דערנאָך געמעקט פֿאַרשידענע טעקסטן. די דאָזיקע מעטאַפֿאָר האָט געדינט װי אַ טיטל פֿון דער פֿאָרשונג פֿון דעם דײַטשישן היסטאָריקער פֿעליקס אַקערמאַן, געװידמעט דער געשיכטע פֿון גראָדנע צװישן די יאָרן 1919 און 1991.
אַקערמאַן באַהאַנדלט גראָדנע װי אַ מולטי־עטנישע און מולטי־קולטורעלע שטאָט, װאָס האָט געדאַרפֿט אױסשטײן דעם דרוק פֿון דרײַ שרעקלעכע „נאַציאָנאַליזירונגען‟: צוערשט, דער פּױלישער, דערנאָך, דער נאַצי־דײַטשישער, און צום סוף, דער סאָװעטישער. ער װאָרנט פֿון סאַמע אָנהײב אָן, אַז מען טאָר זײ ניט שטעלן אויף איין ברעט, סײַ װאָס שײך זײער ברוטאַלקײט און סײַ זײער אידעאָלאָגיע. אָבער אַלע דרײַ אין אײנעם האָבן זיי שטאַרק באַװירקט ניט נאָר די לעבנס פֿון די תּושבֿים, אָבער אױך דאָס פּנים פֿון דער שטאָט. דער דאָזיקער פּראָצעס האָט זיך אָנגעהױבן פֿריִער, גלײַך נאָך דער מפּלה פֿונעם פּױלישן אױפֿשטאַנד פֿון 1863-1864. דעמאָלט האָט די רוסישע מאַכט פֿאַרוואַנדלט דעם אַלטן קאַטױלישן קלױסטער אין אַ רוסישער צערקװע. אין די 1930ער יאָרן האָבן די פּאָליאַקן װידער „רעקאָנסטרויִרט‟ דעם קלױסטער לױטן גאָטישן מיטל־אַלטערלעכן סטיל.
די כװאַליע פֿון פּאָלאָניזאַציע האָט דערגרײכט איר שפּיץ ערבֿ דער צװײטער װעלט־מלחמה. אין 1935 האָט אין גראָדנע אױסגעבראָכן אַ פּאָגראָם קעגן ייִדן; און דערנאָך האָט די אָרטיקע אַדמיניסטראַציע געשטיצט אַ רײ אַנטי־ייִדישע אַקציעס, װי בױקאָטן פֿון ייִדישע געשעפֿטן. דער אַנדערער שׂונא איז געװען די װײַסרוסישע נאַציאָנאַלע באַװעגונג, װאָס איז געװען נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער אונטערערדישער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. די פּױלישע מאַכט האָט זי געהאַלטן — און מיט אַ געװיסן רעכט — ווי אַ סכּנה פֿאַר דער זיכערהײט פֿון דער פּױלישער מלוכה, און די גרעסטע צאָל פֿון די אַסירים אין דער שטאָטישער תּפֿיסה זײַנען טאַקע געװען װײַסרוסישע אַקטיװיסטן. אָבער די װײַסרוסישע נאַציאָנאַל־קאָמוניסטן האָבן מער געליטן איבער דער סאָװעטישער געהײם־פּאָליצײ, װאָס האָט צעקלאַפּט די גאַנצע װײַסרוסישע קולטורעלע עליט, און די ייִדישע קולטור־טוער בתוכם, בעת די „רײניקונגען‟ פֿון 1936—1938.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/174724/long-ago-in-the-cozy-town-of-grodno/#ixzz2nsEEDCYt